Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 242
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-898

238 סםר לוקןוװ אין שפיגל פון לוקאװער ײדישע צײטונגען דער רעדאקציע פון ,ספר לוקאװ־׳ איז געלונגעו אפצוזוכן אין דער ירושלימער אונױוערסיטעם*ביבליאמעק געצײלמע נומערן פון דער צײטונג ^דאס לוקאװער װארט״ פון יאר1927 און אײן נומער ״לוקאװער נײעס״ פון 13םן מערץ 1931. װאלטן מיר געהאטא פילן קאמפלעט פון דער לוקאװער ײדישער פרעסע, װאלט אונדז זיכער נישט שװער געװען צו שאפן. אויפן סמך פון די אפגעדרוקטע מא־ מעריאלן,א מרײ און לעבעדיק בילד פונעם ײדישן לעבן אין לוקאװ צװישן בײדע װעלט־מלחמות. אבער אויך די עטלעכע נומערן פון די לוקאװער ײדישע צײמונגען גיבןא געװיסן באגויף װעגן דעם שװערן געראנגל פארן קױם פון די ײדישע פאלקסמאסן אין לוקאוװ װעגן זײערע אינערלעכע קאמפן, װעגן זײערע אנשטרענ־ גונגען צו שאפן פאר זיךא שײן און קולטורעל לעבן. מיר גיבן דאא וײ פוי די פארעפנטלעכטע ארטיקלען, רעפארטאזשן און נא־

passage_5eb57b7df71cab0f75c2214d
Passage 2normalized OCR · source chars 900-2036

טיצן. קאו זײן, אז אין עטלעכע פון די מאטעריאלן איז דער טאן אן איבערגע־ טריבן פאלעמישער און אנמשפרעכט גיכער דעם לויפנדיקן טאג אײךער דער פולער אביעקטױוקײט, װאס מען קאן באקומען ערשט פון דער פערספעקטױו. אבער צום לויב פון דער לוקאװער פרעסע^ אויב מיר זאלן אורטײלן לויט די עמלעכע צײ־ מונגס־נומערן^ װאס מיר האבן צו אונדזער רשות, מוז מען זאגן, אז זי איז געשטא־ נען אויףא גענוג הויכן נױוא צװישן די אנדערע ײדישע פראװינץ־צײטונגען אין פוילן. עס איז גענוג בלויז אונטערצושטרײכן^ אז אין אט די צײםונגען האבן מיר נישט געפונען קײן שונה װאס איז געװען אזא גאנגבארע סחורה אפילו אין געװיסע חשובע װארשעװער יידישע צײטונגען. די שפראך איז דארט אן אפגעהיםע, און אויך דער אויסלײג איז^ פאר יענער צײמ,א רײנער אוןא מאדערנער. דורך די געצײלטע מאטערי^לן^ װאס מיר דרוקן איבער אין ..ספר לוקאוױ װעס דעס לוקאװער זיך אײנגעבן װידער צו דערזען דאס בי7ד פון דער שטעטלדיקעו טאגסעגלעכקייט מיט אלע אירע לײדן און פרײדן, און אויך דער לײענעה װאש שטאממ נישט פון לוקאװ, װעס באקומעןא געװיסן באגריף װעגן לעבן פון די ײדן אױ לוקאװ.

passage_d63a0f0415967ee2520b4f13