ספר לוקאװ 239 א װארט צו די לײענער אין שװערע באדינגונגען טרעטן מיר צו ארויםצוגעבן אונדזער געדרוקט װארט. זעענדיק, אז אין פארגלײך מיט אלע אנדערע ארומיקע שװעם־ טער־שטעט איז אונדזער שטאט געװאלדיק אפגעשטאנען םײ נע־ זעלשאפטלעך, םײ קולטורעל, זענען מיר, נישט קוקנדיק אויף אלע שװעריקײטן, מיט װעלכע אזא אונטערנעמונג איז פארבונדן, דאך צוגעטרעטן צו אזא גרויםער און פאראנטװארטלעכער זאך װי ארויםגעבןא צײטונג. אמת איז, אז אפערירנדיק מיט גאנץ באשײ־ דענע און באגרענעצטע מיטלען, קאנען מיר אײך נישט צוזאגן קײן אומגעהויער רײכן מאטעריאל— און מיר ט,ען עם טאקע נישט. מיר זאגן אײך בלויז, אז לויט אונדזערע כוחות־פארהעלטענישן װעלן מיר זיך באמיען צו פארבעםערן און פארשענערן אונדזער צײטונג װי װײט מעגלעך. אלע אנהײבן זענען שװער, מיר האפן אבער, אז דאם דערשײנען פון אונדזער געדרוקט װארט װעט ארײנברענגען אן אויפלעבונג אין אונדזער שטאט. מיר גלײבן אויך, אז די לײענער װעלן אונדז צוהעלפן מאטעריעל און גײםטיק דורך צושיקן ארטיקלען, ידיעות אד״גל. זאל אונדזער ארגאן זײן די שטויםקראפט צו דערהײבן דעם קולטורעלן און געזעלשאפטלעכן מצב פון דער לוקאװער באפעלקערונג. ,דאס לוקאװער װארט׳ נומ. 1, 6ו סעפטעמבער1927
Original scan
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1218
passage_3d43cfc783e3e9c6c42d0343