Original scan
Original memorial-book scan 247
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1263

ספר לוקאו ו 243 נישט געהאלפן, און װען איך װער געװיר, װער דער דאזיקער פארשוין איז, װאלט איך נישט גערוט אזוי לאנג, ביז ער װאלט זײן פסק באקומען. אץ זײן פסק מעג זיך קײנער פון אונדזער שונאים נישט װינטשן, כ׳װאלט גענומען און אים קורעכדיג געװען. װארעם שטעלט אײך פאר: נעמען און מאכן אויף אונדז לוקאװער אזא כלכול. נעמען און פארשװארצן אונדז פאר דער װעלט דעם פנים, אז א לוקאװער זאל נישט טארן ארויםפארן פוץ שטאט קיץ ד׳ אמות, אז אומעטום װו מיר קומען, זאל מען אונדז שטעלן דעם גנב פאר דער טיר: לוקאװער רשעים! לוקאװער רשעים! און אדרכא, נעם און דײכ זיך אן מיט אלעמען שפארן, אז מיר זענען גאר נישט קײן רשעים, עכ״ל פנים נישט אזעלכע גרויסע, װי זײ רעכענען, מײנט איר, אז ס׳װעט אײך עפעס העלפן? נעם און זאג זײ, למשל אז װען מיר לוקאװער װאלטן װירקלעך געװען אזעלכע, װאלט אונדזער שטאט פון לאנג שוין כאדארפט דאכן דעם סוף פון סדום ועמורד, — אזא סוף, אז ס׳זאל נישט איבערכלײכן קיץ שריט ופליט, נישט פון איר און נישט פון אירע װוילטעטיקע געזעלשאפטלעכע אינסטיטוציעס, װי א שטי־גער, די גמילת־חסדים קאסעס, הכנסת־אורחים, בית־יתומים, מױזזב־זקנים, ״טאז״, ״אזע״ א״א. נו, פרװו ט זײ אזוי דערצײלן, װעט עס אײך עפעס פועלן?

passage_4b4ebbabec697a4644df6f41
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1265-2537

נעם אץ דערצײל זײ, װי װײט אונדזער צדקות דערגרײכט, אז אחוץ די ישיבה, תלמוד־תורה, בית־יעקב־חדר, און אחוץ דעם באזונדערן פאראײן פון די היגע נשים צדקניות, װאם פארמאגן דארט אזש א םפעציעלן ״גאלדענעם בוך״, אין װעלכן ם׳װערן אײנגעשריבן אלע פרומע כשרע ווייבלעך, עקזיםטירט אויך א באזונדערע םטראזש־ אכאניטשע — ״שומרי־שבתניקעם״, וועלכע שטעלן זיך אלע פרײטיק פארנאכט און שבת אין דער פרי פרײוויליק אוועק בײ די טשאלנטער, פאסטן און רעזורעם, ווארענען די ד,יגע יידענעס און ײדן, זיי זאלן א מאל נישט נכשׂל װערן און חלילר, פארגעםן, אז ס׳איז שבת פרווײ זיי זאגן, אז אין קײן שום שטאט איז אזעלכעם נישט בנמצא, װעלן זײ אײך דען הערן? און דאס זענען בלױז זאכן, װאס זענען נוגע בין אדם למקום, און איצטער װו זענען אזעלכע ענינים, װעלכע זענען נוגע בין אדם לחברו? אין וועלכער שטאט וועט איר געפינען מענטשן, װאס זאלן זיך אזוי ווארעם םאר אינטערעסירן מיט יענעמס אומגליק? שוין אפגערעדט דערפון, װאם דאס אומגליק ווערט באלד מפורסם אין אלע גאסן און געםלעך פון שטאט, און ווערט ארומגערעדט פון אלע־ מענם מײלער, קומט מען באלד צום אומגליקלעכן אים בײד,ילפייק זיץ מיט פארשידענע עצות. און װױ װײט מען ארױם אזא אינטענםיווע ארבעט לטובת הכלל, װי בײ אונדז?

passage_d2fe4ca770b9221e80f36a71
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2539-2876

און די דאזיקע ארבעט, דארפט איר װיסן, װערט נישט געטאן װי אין אנדערע שטעט, װו מ׳נעמט אץ מ׳לייגט אלץ אפ אױף דער קהילד״אדער אן אנדערע אינסטיטו־ ציע, נאר דװקא דורכ פרױואטער איניציאטױו. אץ די איניציאטארן װעלן זיך נישט אפ־ שטעלן, אפילו אין די גרעסטע פרעסט, ארומצוגי ץ איבער דער שטאט פון שטוב צו

passage_6b750781caf443666ef57e2d