246 סםר לוקאװ די400 קינדער שטיקן זיד אין5 ענגע נידעריקע שטיבלעד׳ אין װעלכע די לימודים קומען פאר פון8 פרי ביז8 אװנט— צװעלף שעה! מען קען לייכט זיד פארשטעלן׳ אין װאם פארא אפט די לימודים קומען פאר׳ און אין װאס פארא היגיענישע באדינגונגען די קינדער געפינען זיד• אויב אויף אויפרוימען און אויסלופטערן די צימעח איז דא נישט מער װיא האלב־שעהדיקע הפםקה. גיט צו דערצו דעם אומגעהויערן שמח׳ װאם הערשט אויפן הויף פמ דער שול— אװ איר װעט באקומעןא בילד׳ װאם לאזט זיד אין גארנישט קימ העלע פארבן מאא. נישט איץ מאל האבן די לערער פון דער שול צונויפגערופן.£ראטעםט־פארזאמלונ־ גען פון די עלטעח׳ געשיקט דעלעגאציעס צו דעם מאגיםטראט׳ געשריבן פראטעםט־ רעזאלוציעם— אבער געהאלפן האט עם זײער וױיניק. דער שטאטראט׳ װעלכער דארף זארגן פאר די שול־געבײדעם׳ בויט אויםא גרויסע׳ שײנע געבײדע הינטער דער שטאט׳ רעמאנטירט אלע אנדערע שולן׳ אבער אין דער אײנציקער ײדישער שול מאכט ער זיד פארגעסן. 400 יידישע קינדער זענען באדראט קראנק צו װערן אויף שװינדזוכט אין דער געשטיקטער לופט׳ װאס הערשט אין דער שול. מיר דערמאנען אונדזערע ראטמענער: כל־זמן די ײדישע פאװשעכנע שול װעט קײן געהעריקע געבײדע נישט האבן׳ נעמט איר דאס געזונט פון פיר הונדערט ײדישע קינדער אויף אײער געװיםן! ״דאם לוקאװער װארט/ נומ׳1927
Original scan
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1345
passage_5bc0f95ce2724d856449ceb9
Passage 2normalized OCR · source chars 1347-2113
דער הילפס־קאמיטעט 6אר די נשרפים פון קאצק און דאמאשעװניצע, האט ארויסגעלאזט פאלגנדיקן אויפרוף: צו די אײנוװינער פון לוקאװ! א שרעקלעד םטיכיש אומגליק האט געטראפן דעם 4טן און צטן סעפטעמבער ד. י׳ די שטאט קאצק אמ דארף דאמאשעװניצע. דאס פײער האט פולקאם פארניכטעט דאס פארמעגן פון דער גרעםטער טייל פון דער באפעלקערונג פון יענע מקומות. דאם האב און גוטס פון הונדערטער משפחות און אװעק מיטן רויד. הונדערטער מענטשן זענען געבליבן אןא דאד איבעדן קאפ׳ אן קאידונג׳ אן מיטלען צום לעבן׳ אן אמת בילד פון נויט אמ יאוש• נאד אלץ אונטעח אײנדרוק פון דער שרעקלעכער קאטאסטראפע װארטן די ראטלאזע אויף הילף. די מיטגלידער פון קאמיטעט װעלן דורכגײן די שטאט און זאמלען נדבות פאר די אומגליקלעכע.
passage_0e702eb5daccdb8aa241f1dd