Original scan
Original memorial-book scan 249
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1117

םםר לוקאוו 245 צענדליק ענטפעדס װיל ער בויען השעדות. װאס פארא באדייטונג האבן600 ענטסערס אויף הונדערטער טויזנטער״ אױב שוין נישט מיליאנען לייענערז דאד איז די פראגע אן אנגעװייטיקטע׳ און מען קען זי נישט *דעקמאכן מיט דער האנט. די סטאטיסטיק מאכט אונדז גאנץ אפט סורפריץ. עס טרעפט זיך, אז זי באװיחט, אז קלייניקײטן ברענגען צו גאר װיכטיקע קאנםעקװענצן. אזוי האבן די דייטשע סטא־ טיםטיקער אויפגעװיזן, אז יעדע פינף גראשן, אויף װעלכע עם װערט טײערער דאם ברויט, פארגרעםערט איןא שטענדיקער פראפארץ די צאל קרימינעלע פארברעכער. אזעלעכע בײשפילן זענען פאראןא סך. גאנץ מעגלעך, אז די נײע ארטאגראפיע האט איר חלק,א גרויםן ציא קלײנעם, אין דער ירידה אויף דעם ײדישן ביכער־מארק. מען דארף עס אויפקלערן. מען דארף געדענקען, אז אין ענין ארטאגראפיע זענען מיר נישט גלײך צו יעדער אומה ולשװ. מיר האבן נישט אזוי פיל שולן, װאס זאלן אדורכפירן אין פאלק די נײע ארטאגראפיע׳ אמ מיר קענען נישט זיץ ״כופה הר כגיגית״, אזוי װי ס׳װערט געטאן אין אנדערע מדיטת, א פאקט, אז אויף דער נײער ארטאגראפיע קלאגט מען זיך.

passage_68a2c0e0c2af60d8abbebb0c
Passage 2normalized OCR · source chars 1119-2365

די ״ליטערארישע בלעטער״, װעלכע ברענגען דעם רעזולטאט פון דער אנקעטע אין ״װעלט־שפיגל״, זאגן צו, אז די װעלן דורכפירן אן אנקעטע אויף אײגענער האנט. מיר האלטן אבער, אז אויך די אנקעטע װעט איר ציל נישט דערגרײכן, וױיל זי װעט אויך האבןא קליעע צאל ענטפערם. כדי דעם ענין ענדגילטיק אויפצוקלערן שלאגן מיר פאר, אז די פראװינצער פרעםע זאל דורכפירן אין יעדער צײטשריפט בײ זיך אזא אנקעטע, און די רעזולטאטן אפשיקן אין די ״ליטערארישע בלעטער״ אדער אין אן אנדער צענטראלער אינסטיטוציע. זאל די פראװינצער פרעםע מיטהעלפן, אז דער פלאנטער זאל אײן מאל פאר אלע מאל אויפגעװיקלט װעח און זאל דורכגעפירט װערןא פאלקם־אפשטימונג, װאם זאל זיץ מאסגעבנדיק אי פאר די קעגנער, אין פאר די אנהענגער פון דער נײער ארטאגראפיע. ״דאס לוקאװער װארט־ נומ׳ 4,1927 מיר דערמאנען אונדזערע ר^טמענער! אין לוקאוו עקזיםטירט זינט פיר יארא פאוושעכנע שול פאר יידישע קינדער. די שול האט אין דעם יאר פץ איר גרינדונג געציילט פיר אפטײלומען, װעלכע האבן זיך געפונען אין פיר שטובן. מיט דער צייט האט זיך די שול פארגרעסערט. עם לערנען אין איר היינט400 קינדער, וועלכע זענען צעטיילט אין צען אפטײלונגען(פארא* לעלע), דאך האט זיך די לאגע נישט געענדערט.

passage_fea5a3da72b559999ae98278