Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 250
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1345

246 סםר לוקא װ די 400 קינדער שטיקן זיך אין 5 ענגע נידעריקע שטיבלעך׳ אין וועלכע די לימודים קומען פאר פון 8 פרי ביז 8 אװנט — צװעלף שעה ! מען קען לייכט זיך פארשטעלן׳ אין װאם פאר א אפט די לימודים קומען פאר׳ און אין װאס פאר א היגיענישע באדינגונגען די קינדער געפינען זיך • אויב אויף אויפרוימען און אויסלופטערן די צימער איז דא נישט מער װי א האלב־שעהדיקע הפםקה . גיט צו דערצו דעם אומגעהויערן שמח׳ װאם הערשט אויפן הויף פ מ דער שול — א װאי ר װעט באקומען א בילד׳ װאם לאזט זיך אין גארנישט קים העלע פארבן מאא . נישט איין מא ל האבן די לערער פון דער שול צונויפגערופ ן.£ראטעםט־פארזאמלונ ־ גן פון די עלטער׳ געשיקט דעלעגאציע ס צו דעם מאגיםטראט׳ געשריבן פראטעםט־ רעזאלוציעם — אבער געהאלפן האט עס זייער װייניק . דער שטאטראט׳ וועלכער דארף זארגן פאר די שול־געבײדעם׳ בויט אויף א גרויסע׳ שײנע געבײדע הינטער דער שטאט׳ רעמאנטירט אלע אנדערע שולן׳ אבער אין דער אײנציקער ײדישער שול מאכט ער זיך פארגעסן . 400 יידישע קינדער זענען באדראט קראנק צו װערן אויף שװינדזוכט אין דער געשטיקטער לופט׳ װאס הערשט אין דער שול . מיר דערמאנען אונדזערע ראטמענער : כל־זמן די ײדישע פאװשעכנע שול װעט קײן געהעריקע געבײדע נישט האבן׳ נעמט איר דאס געזונט פון פיר הונדערט ײדישע קינדער אויף אײער געװיםן ! ״דאם לוקאװער װארט / נומ׳ 1927

passage_5bc0f95ce2724d856449ceb9
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1347-2113

דער הילפס־קאמיטעט פאר די נשרפים פון קאצק און דאמאשעװניצע, האט ארויסגעלאזט פאלגנדיקן אויפרוף: צו די אײנוװינער פון לוקאװ! א שרעקלעד םטיכיש אומגליק האט געטראפן דעם 4טן און 5טן סעפטעמבער ד. י׳ די שטאט קאצק און דארף דאמאשעװניצע. דאס פײער האט פולקאם פארניכטעט דאס פארמעגן פון דער גרעסטער טייל פון דער באפעלקערונג פון יענע מקומות. דאם האב און גוטס פון הונדערטער משפחות און אװעק מיטן רויד. הונדערטער מענטשן זענען געבליבן אן א דאך איבערן קאפ׳ אן קאידונג׳ אן מיטלען צום לעבן׳ אן אמת בילד פון נויט און יאוש • נאד אלץ אונטער אײנדרוק פון דער שרעקלעכער קאטאסטראפע װארטן די ראטלאזע אויף הילף. די מיטגלידער פון קאמיטעט װעלן דורכגײן די שטאט און זאמלען נדבות פאר די אומגליקלעכע.

passage_0e702eb5daccdb8aa241f1dd