Original scan
Original memorial-book scan 259
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1139

םפר לוק*ו ו 255 פון דער יידישער פאלקס־ביבליאגראפיע די פארוואלטונג פון דער יידישער פאלקס־ביבליאטעק האט אויף איינער פון אירע לעצטע זיצונגען באשלאסן, נאכצוקאטאלאגיזירן די צאל ביכער, וואס געפינען זיך אין דער ביבליאטעק. צו דעם צװעק איז באשטימט געווארן א קאנטראל־קאמיםיע, א דאנק וועלכער עס זענען איבערגעשריבן געווארן די קאטאלאגן און ס׳זענען אויפםנײ נומערירט געווארן אלע ביכער. די קאמיםיע האט פעסטגעשטעלט, אז אין דער ביבליאטעק געפינען זיך ביים הײנטיקן טאג ביכער אין א צאל: 2062. פון די זענען אין דער יידישער שפראך 899, אין דער פוילישער — 1023, העברעישע און אנדערע שפראכן — 140. לעצטנס זענען געווארן צוגעקויפט ביכער פאר 300 גילדן. ם׳װערט פארגעברייט אין דער נאענטסטער צײט דורכצופירן א רײ רעפעראטן און פארלעזונגען. ם׳װערט אויך צוגעגרײט א דראמאטישע פארשטעלונג. דער לײען־זאל בײ דער ײדישער פאלקס־ביבליאטעק, איז פארזען מיט דער טעג־ לעכער פרעסע און צײטשריפטן און איז אפן יעדן טאג פון 8 ביז 11 אװנט. עס איז אויך אונטערגענומען געווארן אן אקציע צו שאפן גרעסערע לאקאלן פאר דער אינסטיטוציע די פארוואלטונג א חשובער גאסט אין לוקאװ

passage_903c0c945f9f6171ca56a8d4
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1141-2190

די היגע געזעלשאפט ״אװנט־קורסן״ האט אײנגעלאדן אויף א פארלעזונג דעם בא־ וװםטן שול־און ארבעטער־טוער ה׳ זרבבל, װעלכער איז דא נישט לאנג צוריקגעקומען פון זײן רייזע איבער די לענדער: ארגענטינע, בראזיליע, אורוגװיי א״א, װוהין ער איז מיט א האלבן יאר צוריק געפארן אין שליחות פון דער ציש״א. די פארלעזונג קומט פאר דינסטיק, דעם 1טן טאג םוכות, אין קינא ״אאזא״ אד״ט ״אויף יענער זײט עקװאטאר״. די פארלעזונג האט ביי דער היגע יוגנט ארויסגערופן א גרויסן אינטערעס. אן אײגענע פארדינשע שמחה זונטיק, דעם פערטן טאג חוה״מ װעלן די פריינד פון דער היגער ײדישער פאלקס־ שול, האבן די געלעגנהײט זיך משמח צו זײן לכבוד איר דערעפענונג. אויםער דער פײערלעכקייט, װאם קומט פאר 12 בייטאג אין קינא ״אאזא״, מיט דער באטייליקונג פון א פארשטײער פון דער ציש״א, װעלן די אױך האבן די געלעגנהײט אנװעזנדיק צו זײק אויפן ביינאכטיקן באנקעט, װאם קומט פאר אין שול־לאקאל אגרא־ דאװע 15, ווו מ׳װעט פרײלעך פארברענגען אין א הײמישער סביבה. .דאס לןקאװער װארט ״נומ. 4 1927

passage_f0e078d96198b2e2ca50dd81