םפר לוק*וו 255 פון דער יידישער פא:לקס״גיבליאגועק די פארוואלטונג פון דער יידישער פאלקם־ביבליאטעק האט אויף איינער פון אירע לעצטע זיצונגען באשלאםן, נאכצוקאנטיאליח די צאל ביכער, וואס געפינען זיך אין דער ביבליאטעק. צו דעם צװעק איז באשטימט געװארןא קאנטראל־קאמיםיע׳א דאנק װעלכער עם זענען איבערגעשריבן געװארן די קאטאלאגן און ס׳זענען אויפםנײ נומערירט געװארן אלע ביכער. די קאמיםיע האט פעסטגעשטעלט, אז אין דער ביבליאטעק געפינען זיך בײם הײנטיקן טאג ביכער איןא צאל: 2062. פון די זענען אין דער יידישער שפראך 899, אין דער פוילישער— 1023, העברעישע און אנדערע שפראכן— 140. לעצטנס זענען געװארן צוגעקויפט ביכער פאר300 גילדן. ם׳װערט פארגעברײט אין דער נאענטםטער צײט דורכצופירןא ריי רעפעראטן און פארלעזונגען. ם׳װערט אויך צוגעגרײטא דראמאטישע פארשטעלונג. דער לײען־זאל בײ דער ײדישער פאלקם־ביבליאטעק, איז פארזען מיט דער טעג־ לעכער פרעםע און צײטשריפטן און איז אפן יעדן טאג פון8 ביז11 אװנט. עס איז אויך אונטערגענומען געװארן אן אקציע צו שאפן גרעסערע לאקאלן פאר דער אינסטיטוציע די פארוואלטונג א חשובער גאסט אין לוקאװ
די היגע געזעלשאפט ״אװנט־קורםן״ האט אײנגעלאדן אויףא פארלעזונג דעם בא־ וװםטן שול־ און ארבעטער־טוער ה׳ זרבבל, װעלכער איז דא נישט לאנג צוריקגעקומען פון זיק ריתע איבער די לענדער: ארגענטינע, בראזיליע, אורוגװיי א״א, װוהין ער איז מיטא האלב יאר צוריק געפארן אין שליחות פון דער ציש״א. די פארלעזונג קומט פאר דינסטיק, דעם 1טן טאג םוכות, אין קינא ״אאזא״ אד״ט ״אויף יענער זײט עקװאטאר״. די פארלעזונג האט ביי דער היגער יוגנט ארויסגערופןא גרויסן אינטערעס. אן אײגענע פארדינשע שמחה זונטיק, דעם פערטן טאג חוה״מ װעלן די פריינד פון דער היגער ײדישער פאלקם־ שול, האבן די געלעגנהײט זיך משמח צו זײן לכבוד איר דערעפענונג. אויםער דער פײערלעכקייט, וואם קומט פאר12 בייטאג אין קינא ״אאזא״, מיט דער באטייליקונג פוןא פארשטײער פון דער ציש״א, װעלן די אויך האבן די געלעגנהײט אנװעזנדיק צו זיק אויפן ביינאכטיקן באנקעט, וואם קומט פאר אין שול־לאקאל אגרא־ דאווע 15, וװ מ׳װעט פרײלעך פארברענגען איןא הײמישער סביבה. .דאס לןקאװער װארט״ נומ.41927