Original scan
Original memorial-book scan 26
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1237

לר ססדלוקאוו ארגאנען פלעגן גרויםע יידישע קהילות זיך צוזאמענרעח און אויך אונטערנעמען אקציעם אין די אינטערעםן פון ײדישן ישוב אין פוילן. אבער בדרך כלל איז יעדע קהילה געװען א יםוד פאר זיך. זי האט זיך נישט אנגעקערט ארגאניש מיט אנדערע קהילות. היות װי מיר מיינען, אז יידן האבן שוין געװוינט אין לוקאור אין דעם 15טן י׳יה, איז פון דעם געדרונגען, אז דאם קהילה־װעזן א-ן לוקאװ האט זיך באזירט בלויז אויף דער פרױוילעגיע, װאם זײ האבן געהאט פון זײערע מושלים. און אין אירע ראמען זיך באמיט אויפצוהאלטןא קהילה־לעבן—א רב׳א שול׳ בית־הקברות, צדקה,א תלמוד־ תורה אד״גל. לויט איר אלטקײט און אירע רבנים האכ די קהילה אין לוקאװ געדארפט שפילן א גרעםערע ראלע שפעטער, װען ײדן אין פוילן האבן גענאסן פװ אינערלעכע אויטא־ נאמע רעכט. ם׳איז דערפארא פלא׳ װאם מיר געפינען נישט אירע מיטגלידער אדער רבנים, װאס זאלן האבן געשפילטא ראל אין ועד ארבע ארצות— דער צענטראל־ קאמיטעט פון פוילישן יידנטום, אפילו נישט אין דעם קרייז־קאמיטעט (היות װי נישט אלע דאקומענטן זענען צו אונדז דערגאנגען פון דעם צענטראל־קאמיטעט און קרײז־קאמי־ טעט ״ועד הגליל״, איז אפשר יא געװעןא פארטרעטער פון לוקאװ אין הויפט־קאמיטעט).

passage_8c30add12e9591b8fff175ea
Passage 2normalized OCR · source chars 1239-2465

טראץ דעם, װאם לוקאװ איז אין פאדליאשע, איז זי תמיד געװעןא פוילישע געגנט אין איר באראקטער. די לוקאװער קהילה איז געװעןא טײל פון דעם לובלינער גליל (קרייז). װען די אויטאנאמע ארגאנען האבן געגרײכט זײער זעניט, איז דאם לעבן פון ײדן אין פוילן געװען מלוכהש ארגאניזירט. .־;אטש די ײדן זענען אין לעצטן םך־הכל .;עװען אפהענגיק פון די פוילישע אויטאריטעטן, זענען זײ געװען ״בירגער״ פון זײער אויטאנאמיע. יעדער ײד איז געװען אונטערגעװארפן דעם רעזשים פון זיץ אויטאנאמיע פון זײן ערשטן ביז זיין לעצטן אטעם־צוג. בלויז משומדים האבן זיך געקאנט באפרייען םון זײער טאטאלער אנגעהעריקײט צו דער קהילד, אדער אזעלכע װעמען דער קעניג האט באפרײט פון זײנע פליכטן צו דער קהילד,. לוקאװער ײדן האבן געצאלט שטײערן צו דער קהילה• דערונטער דעם קאפ־ שטײער, װאם יעדער ייד איז געװען מחויב ארײנצוטראגן אין דעם מלוכהשן שאץ, און בכלל געמוזט מקײם זײן אלע פליכטן, װאס די קהילה האט אויף אים ארויפגעלייגט װער איז געשטאנען אין שפיץ פון דער קהילה, װער האט זי געװײלט? ם׳איז אנצונעמען, אז די רעגולאמינען אין לוקאװ זענען געװען ענלעך צו די, װאם די קהילד, פון לובלין און אנדערע קהילות אין דעם לובלינער גליל האבן געהאט.

passage_f7c5cd9c754b8aadcc2a0808
Passage 3normalized OCR · source chars 2467-2950

די װײלערם און געװײלטע זענען מן הסתם געװען אלע, װאם צאלן דעם קאפ־ שטײער (אין די אפיציעלע אקטן באקאנט אונטער די נעמען ״כרגא דמלכא״, םכום). אלע האבן געמוזט צאלן קאפ־שטײער, אבער פאר ארעמע לײט פלעגט די קהילה צאלן. זי האט אויך געצאלט קאפ־שטײער פאר נישט פארמעגלעכע תלמידי חכמים. נישט דא איז דער פלאץ צו רעדן אויספידלעך וועגן צוזאמענשטעל פון דער קהילד״ די פארשידענע אמטן אא״װ. מיר װעלן בלויז זיך אפשטעלן אויף די הויפט־אמטן.

passage_8010afa608a0ab6c4827b059