Original scan
Original memorial-book scan 25
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1213

םפר לוקזזוו 21 ייד האט זיך פארנומען מיטא מלאכה אדער ערד־ארבעט. דערפאר האבן זײ באקומען ״פרױוילעגיעם״— די האבן געמוזט דינען אין מיליטער, זײ האבן געמוזט שיקן זײערע קינדער אין אנערקענטע רעגירונג־שולעם, אננעמען פאמיליע־נעמען, ענדערן זייער טראדיציאנעלן לבוש. צי אט די אלע ״פריװילעגיעם״ און פליכטן זענען אויך אויםגעפירט געװארן אין לוקאװ און םביבות— איז אונדז נישט באקאנט. װי געזאגט איז נאך די14 יאר פון עםטרײכישן רעזשים געקומען דער רוםישער רעזשים. אץ1812 װערט נאפאלעאן באזיגט און פארשיקט. פוילן נעמט איבער אויך דאם װארשעװער פירשטנטום, בתוכו אויך לוקאװ. אין1815 באשטעטיקט דער װינער קאנגרעם דעם געשעענעם פאקט. לוקאװ גײט איבער צו רוםלאנד.א נײ קאפיטל עםנט זיך פאר לוקאװער יידן,א קאפיטל, װאם האט זיך פארענדיקט מיט דער ערשטער װעלט־מלחמה. װידערא מאל עםטרײכישע און דײטשע אקופאציע, װידערא מאל פוילישע זעלבשטענדיקייט— לוקאװער ײדן װערן פוילישע בירגער. אין םעפטעמבער 1939 קומטא נייע װעלט־קאטאםטראפע. היטלער אינוואזירט פוילן. מיט דעם אקט איז געחתמעט געויאת דער גורל פונעם פוילישן יידנטום— בתוכה לוקאװער ײדן— די יידישע קהילה־קדושה פון לוקאװ איז געװארן פארשניטן אויף אײביק.

passage_9be064f8adcdb564b5736834
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1215-2583

מיר ווילן זיך צוריקקערן צום עבר׳ װאם האט צו טאן מיט דער אנטװיקלונג און װוקס פון די ײדן אין לוקאװ, און דאם אילוםטרירן מיט קוחנע פאקטן: אין יאר 17% װען עס קומט אויף דער דעקרעט פון םטעמפל־אפצאל פאר יידישע םםרים, האבן 442 יידן צוגעשטעלט 1587 םפרים צום אפםטעמפלען. דארף מען אננעמען, אז נישט אלע םפרים האט מען געבראכט. ם׳איז א באוױיז, אז אין יענער צייט האט שוין לוקאװ געצײלט ארום 500 אדער מער יידישע משפחות און אז דאם דורכשניטלעכע יידישע הויז האט געהאט םפרים (נאטירלעך: םידורים, חומשים, עשרים װארבעה, ש״ם אאז״װ). אין 1765 זענען געװען 543 ײדישע קאפשטײער־צאלערס אין דער םביבד״ און 911 אין לוקאוו, אין שטאט זענען געװען 76 הייןער, װאם האבן געהאט ײדישע אייגנטי־ מערם. אינטערעסאנט: אין 1765 געפינען מיר אין לוקאוו א קראי (איינער םון דער קראים־סעקטע). אין 0^1 זענען שוין געװען אין לוקאוו 1877 יידן (קריםטן 1014 נפשות) אין 1861 — 2255 ײדן, אין 1928 — 6500 ײדן. לויט דער דזשאינט־אנקעטע פון 1921 האט לוקאוו געהאט 348 אינדוםטריעלע אונטערנעמונגען. פון זיי 191, װאס האבן נישט באשעפטיקט לוין־ארבעטער. ׳ די ארגאניזירטע קהילה ווארשײנלעך האט אין לוקאוו עקזיםטירט א קהילה־לעבן אײדער דאס םוילישע יידנטום האט באקומען, אין דער צווייטער העלפט פון 16טן י״ה, רעכט צו ארגאניזירן דאס אינערלעכע לעבן אויפן יםוד פון אויטאנאמער פארװאלטוע.

passage_9672065a7be1c1561c9ed2c0
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2585-2754

ביז דעם אנטשטיין פון די ײדישע אויטאנאמע ארגאנען, האט יעדער ײדישער ישוב געמאכט אליץ קעמפן פאר זיינע רעכט. אמת, נאך פאר דעם אויפקום פון די אויטאנאמע

passage_894a14cc7486fe4abeb917ab