חיה עלבויים די ״טמיענזקע״ בריק או י פטאיגק א פארװייסטע ׳הערלעכ שיינע װינטער־נאכט. די הייזלעך איינגעטיקט אין װייסן בעטגעװאנט ביז איבערן קאפ׳ שלאפן שטיל און רױק. קײן מענטשלעכער טריט׳ קיץ הינטישער בילרײסט נישט איבער די שטילקײט. ששא׳ דער טאטע שלאפט — דאַכט זיך װינקען די שטערן. ששא׳ — שפרײזט אדורך אויף די שפיץ פינגער די לבנה און א מידעטוליעט זי זיך אײן אין א טונקעלן װאלקן־טוך און כאפט א דרעמל. קײן װינטל׳ קײן שארך • מיר גײען בײדע שטיל מיט א פארכאפט אטעם: דער װײכער שני זאפט אין זיך איץ דאם װידערקול פון די טריט • אץ צװײ לאנגע אויסגעצויגענע שאטנם רוקן זיך פאר אונדז װי פארחאמט װאס א מאל װייטער׳ פון הויז אויפן גאס׳ פון גאס צום שאםיי. מיץ באגלײטער הײבט אן רעדן: ״סאציאליזם״, ״רוסלאנד׳־, ״איבערבוױנג״ — אבער איך פארשזױיג׳ הער זיך איץ אין דער נאכט־שטילקײט און דאם אנגעשטרענגטע אויער דערהערט דאם רוישן פון טייך, װאס שװימט אדורך בײם סוף װאלד. הילכיק און נאריש קלינגען א פאי אין הארצן די פליסנדיקע װערטער פון מיץ באגלײ־ טער. פון צײט צו צײט גליטשט זיך מיר ארוים אן אומבאװסטער ״האאז״ און נישט װארטנדיק אויף קיץ ענטפער, הער איך זיך װידער איץ אין דעם װאס א מאל נענטערן װאסער־רוף. נ—י—ש—ט לאנג, נ—י—ש—ט לאנג — האט גערוישט דער װאלד. — נישט ^8^^, נישט לאנג — האט געמורמלט דאס וואסער. און דער ״דעמביקער״
בארג האט דאס קול אויף זיץ דארער ברוסט אפגעשלאגן. און א בלויזער ״ש־ש־ש־א״ האט זיך װייט אוועקגעטראגן. מיר האבן זיך אפגעשטעלט אויף דער בריק: מארכישופטע געשטאלטן, װי נעפלען, האבן אײלנדיק אנגעהויבן דורכשװעבן, דאס װאסער הײבט אן רוישן, פליעסקען... די ברעטלעך ציטערן אונטער די פים... װי א בליץ לויפט מיר אדורך א געדאנק: אז באלד קומט האלב ע נאכט און גאנצע מחנות ״נישט־גוטע״, אייביק פארשאלטענע נשמות מיט ״שמיענזעקן״ בראש, װעלן זיך צו אונז א לאז טאן... אץ האט דען איך ״שמיענזעקן״, דעם רײכסטן פויער פון דארף, מיט צוויי גרויסע זעק קלינגענדיק געלט. ״שמיענזעק״, דער קארגםסטער פץ אלע מענטשן, װאם האט געװאגט מאכן די טײדולאנישע בריק. אנגםטן האבן מיך באגאסן ו כ׳האװ געװאלט איבעררײסן דאס קלערן — אבער אומזיסט• אלע אנגעהערטע מעשױת פץ יונגע יארן װעגן דער פארשאלטענער בריק, שטעלן זיך מיר פאר װי לעבעדיק פאר מיינע אויגן: כ׳זע באשײנפערלעך א פויעריש 265