Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 276
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-672

272 ספר לוקא װ אין מיטן נאם די מאטע מיטן קינד האבן שטיל זיך צוגעלייגט. א פארבלאנדזשעט פערד פאררייסט דעם קאפ און װײנט. בײם פענצטער א נאקעטע דאם טײדל שטײט מיט אויסגעשטרעקטע הענט. רויטע ליכט רינט איבער באלקן, דיל און װענט. די לבנה קוקט פון וואלקן ארוים — אן איבערגעשניטן אויג. י ו ע ז .װער װעם אנשרײבן דאס גרויסע בוך װעגן אומקום א װקאפפסמפוילישן ײדנטוםז׳ א מענטש װעט קומען, װעט שרײבן אויך װײסן פארמעט מיט רויטן כתב. קײן האנט װעט עס נישט אפמעקן, קײן האק נישט אויסהאקן. א מענטש װעט קומען, אזוי װי דו, װי איך װי ער — מיט בלוט אין אויג, טיט א האמער — א פויסט. א מענטש װעט קומען, װען?

passage_a18bbe8069258e5f166e6f05