ססר לוקאוו 23 די קהילה איז באשטאנען פון ראשים— עלטםטע. מיר וױיסן נישט גענוי וױפל ראשים די קהילה אין לוקאװ האט געהאט. יעדער איינער פון די ראשים האט אמטירטא חודש. נאך אים האטא צוױיטער אמטירט, און אזוי איז דער אמט פון ראש־הקהל געגאעען פון איינעם צום צוױיטן לויט ראטאציע. מחמת דעם ווערן די דאזיקע ראשים גערופן ״פרנם־החודש״. דער הויפט פון דעם חודש. ער איז אויך געװעןא ראטגעבע־ רישע אינםטאנץ פון ״טובי העיר״. ראשי אדער פון די טובי העיר פלעגן זיצן אין דעם יידישן געריכט פון דעם וואיעװאדע. די פרנסים האבן פארװאלטעט מיט דער קהילה און געהאט דאם רעכט צו באשטימען דעם בודזשעט און אפילו לײען געלט פון אנדערע. זײ חאבן אויפגענומען די כלי־קודש: דעם רב, דײנים, שוחטים. ביי דעם בית־דין איז געװען איץ דײן, וועלכער איז געװען דער ״ספרא״־םעקרעטאר. דער שמש פון קהל איז נישט געװען דער צורוימער אין שול— זײן פאםטן איז געווען פון גרויס װיכטיקײט. ער פלעגט זײן דער אפיציעלער באפולמעכטיקטער פון דער קהילה קעגנ־ איבער די אויטאריטעטן (אין פויליש האט ער זיך גערופן שקאלניק). די פרנםים פלעגן קלויבן פון צװישן זיך דעלעגאטן צום קרײז־קאמיטעט. אויב די קהילה איז געװעןא װיכטיקע פלעגט זי אויך האבןא פארטרעטער אין ועד ארבע ארצות.
צװישן די פארשידענע אפטײלונגען און קאמיסיעס, האט געשפילטא װיכטיקע ראלע די קאמיסיע, װאס האט געדארפט אױםמעסטן די יכולת פון יעדן אײנעם צו צאלן דעם שטײער, וואס די קהילה איז געװען פארפליכטעט ארײנצוטראגן אין דעם מלוכה־אוצר׳ טײל מאל אויך אנדערע שטײערן. הױת װי די קהילה איז געװען באלעם־ טיקט מיט אומגעהויערע הוצאותן אויף אײגענע צװעקן און באזונדערם פאר מלוכה־ שטייערן און כלערלײ אפצאלן און אןא שיעור שוחד פאר רעגירונגס־באאמטע, גלחים, קירכע, שולעם— כדי די שילער און די לערער זאלן נישט באפאלן די יידישע געטא, איז יעדע געטא געװען פארשולדיקט איבערן קאפ און זי האט תמיד געזוכט נײע מקורות פאר הכנסה. דערפאר איז די קאמיםיע פון די שמאים־שאצערס געװען פון גרויםן געװיכט פאר אלע, פאר יעדן יחיד. די קהילה איז געװען אונטערגעװארפן דעם גליל און דער גליל— דעם ועד ד׳ ארצות. צו אים פלעגט מען שיקן דעם קאפ־שטײער, און דער ועד פלעגט דעם קאם־ שטייער— איין גלאבאלע םומע— אריינטראגן אין דעם מלוכה־אוצר. װי געזאגט, האבן מיר נישט קײן פרטים װעגן דער קהילה אין לוקאװ, אבער מיר זענען משער, אז זײענדיק אן אלטע קחילד״ אויך מחמת דעם, װאם זי האט געהאט װיכטיקע רבנים האט לוקאװ געמוזט האבןא געװיםע השפעה אויפן ועד פון דעם קרײז, אויב נישט העכער. רשימה פון שטײער־צאלערי
די װיכטיקײט און די גרויס פוןא קהילה קאנען מיר משער זײן אויך פון דעם סכום שטייערן, וואס זי האט געצאלט. װיפל האט געצאלט די לוקאװער קד,ילד,ז נאטיר־