ססר לוקאו ו 23 די קהילה איז באשטאנען פון ראשים — עלטסטע. מיר װײסן נישט גענוי װיפל ראשים די קהילה אין לוקאװ האט געהאט. יעדע איינער פון די ראשים האט אמטירט א חודש. נאך אים האט א צװײטער אמטירט, און אזוי איז דער אמט פון ראש־הקהלה געגאנגען פון איינעם צום צװײטן לויט ראטאציע. מחמת דעם װערן די דאזיקע ראשים גערופן ״פרנם־החודש״. דער הויפט פון דעם חודש. ער איז אויך געװען א ראטגעבערישע אינסטאנץ פון ״טובי העיר״. ראשי אדער פון די טובי העיר פלעגן זיצן אין דעם יידישן געריכט פון דעם װאיעװאדע. די פרנסים האבן פארװאלטעט מיט דער קהילה און געהאט דאם רעכט צו באשטימען דעם בודזשעט און אפילו לײען געלד פון אנדערע. זיי האבן אויפגענומען די כלי־קודש: דעם רב, דײנים, שוחטים. בײ דעם בית־דין איז געװען א דײן, וועלכער איז געװען דער ״ספרא״־סעקרעטאר. דער שמש פון קהל איז נישט געװען דער צורוימער אין שול — זײן פאסטן איז געװען פון גרויס װיכטיקײט. ער פלעגט זײן דער אפיציעלער באפולמעכטיגטער פון דער קהילה קעגן־איבער די אויטאריטעטן (אין פויליש האט ער זיך גערופן שקאלניק). די פרנסים פלעגן קלויבן פון צװישן זיך דעלעגאטן צום קרײז־קאמיטעט. אויב די קהילה איז געװען א װיכטיקע פלעגט זי אויך האבן א פארטרעטער אין װעד ארבע ארצות.
צװישן די פארשידענע אפטײלונגען און קאמיסיעס, האט געשפילט א װיכטיקע ראלע די קאמיסיע, װאס האט געדארפט אױסמעסטן די יכולת פון יעדן אײנעם צו צאלן דעם שטײער, וואס די קהילה איז געװען פארפליכטעט ארײנצוטראגן אין דעם מלוכה־אוצר׳ טייל מאל אויך אנדערע שטײערן. הױת װי די קהילה איז געװען באלעםטיקט מיט אומגעהויערע הוצאותן אויף אײגענע צװעקן און באזונדערם פאר מלוכה־שטייערן און כלערלײ אפצאלן און אן א שיעור שוחד פאר רעגירונגס־באאמטע, גלחים, קירכע, שולעם — כדי די שילער און די לערער זאלן נישט באפאלן די יידישע געטא, איז יעדע געטא געװען פארשולדיקט איבערן קאפ און זי האט תמיד געזוכט נײע מקורות פאר הכנסה. דערפאר איז די קאמיםיע פון די שמאים־שאצערס געװען פון גרויסן געװיכט פאר אלע, פאר יעדן יחיד. די קהילה איז געװען אונטערגעװארפן דעם גליל און דער גליל — דעם ועד ד׳ ארצות. צו אים פלעגט מען שיקן דעם קאפ־שטײער, און דער ועד פלעגט דעם קאם־ שטייער — אײן גלאבאלע םומע — ארײנטראגן אין דעם מלוכה־אוצר. װי געזאגט, האבן מיר נישט קײן פרטים װעגן דער קהילה אין לוקאװ, אבער מיר זענען משער, אז זײענדיק אן אלטע קחילד״ אויך מחמת דעם, װאם זי האט געהאט װיכטיקע רבנים האט לוקאװ געמוזט האבן א געװיסע השפעה אויפן ועד פון דעם קרײז, אויב נישט העכער. רשימה פון שטײער־צאלער י
די װיכטיקײט און די גרױס פון א קהילה קענען מיר משער זײַן אויך פון דעם סכום שטייערן, װאס זי האט געצאלט. װיפל האט געצאלט די לוקאװער קד,ילד, ז נאטיר ־