ספר לו?ןןוו 281 אד׳ח דראזשקאזש איז מיט דץ דראזשקע נישט געלאפן גאלאפ. חח דעם וואס דאס פערדל זײנס איז סתם געװעןא שװאכע שקאפע׳ נישט קיץ כוח געהאט צו לויםן, האט ער,א צער בעלי־חיים׳ נישט דערלאנגט דעם פערד קײן שמיץ מיט דער בײטש. ער פלעגט אויפהייבן די בײטש׳ כדי צו פארטושן דעם פאסאזשירס בליק, דער זאל מײנען, אז ער שמײסט. אין זיץ לאנגזאמען פארן האט ער דורכגעלאזט אלע אנדערע דראזש־ קאזעזעס,א מאל פלעגט ער גאר אנטשלאפן װערן אויף דער קעלניע אין מיטן דער נסיעה. דאס פערדל האט אהרונען נישט געדארפט, ער זאל ציען די לײצעס׳ ס׳איז געגאנגען, געקענט דעם װעג. פאר דעם פאסאזשיר איז דאס לאנגזאמע פארן געװעןא מין שפאציר. זיצנדיק צעשפרײט אויף דעם געבעטן געזעס פון דער דראזשקע׳ האט ער זיד בנעימותדיק אײנגעקוקט אין דעם ארום פון בײדע זײטן גאס. ד• זאקאליק פון װאקזאל אין שטאט אריץ האט זיך געצויגן אן אלעע ברײט־צעצװײגטע קאשטנ־ בײמער. די אלעע איז געװען דער באלעבטסטער שפאציר־װעג, און דער טרעפפונקט פאר ״ראנדקעם״ פון ײנגלעך און מײדלעך. אין די שבת־צונאכטםן איז די אלעע פול געװען פון שפאצירנדיקע, אין בײדע זײטן פון די ראװעם.
Original scan
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1160
passage_b65a5295914456815130f435
Passage 2normalized OCR · source chars 1162-1552
אויף דעם באנװעג איז געשטאנען די מאטאר־מעל־מיל,א שטאקיקע רויטציגל־ געבײדע. פון אײגענעם דינאמא האבן טאג און נאכט געברענט די עלעקטרי־לעמפלעך. נעבן דער מעל־מיל איז געשטאנעןא הילצערן הויז. דארט האבן געװוינט דעם מילנערם משפהח בארנשטיין. אין שבת איז דאס הויז זיך פארגאנגען אין זמירות. די ברײטע קאשטנבײמער־בלעטער האבן אץ שורשן װי באגלײט די ניגונים.
passage_437684d4ab3664d2fbf1f92a