Original scan
Original memorial-book scan 286
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1353

282 םםר לוקא װ אנטקעגן דער מעל־מיל־געבײדע האט געגלאנצט א ברײטע לאנק מיט געלע בלימלעך, ביז טיף הארבסט איז דער שטח געװען װי א טעפיך. ם׳גערויש און קאכעניש פון די שפאצירנדיקע אין דער קאשטנבײמער־אלעע איז אויך געװען נעבן דעם הילצערן בײדל מיטן שפיציקן דאך. דארט האט מען געקויפט זיםװארג און םאדעװאםער. ם׳גרעםטע לײזונג געװען אין די שבת־צונאכטן. םײ ױנ ג םײ אלט האבן געקויפט א נאשװארג אין דער בודקע און ס׳איז געװען אן אטראקציע. אין הארבסט זענען געפאלן די קאשטאנעם פון די בײמער. מײדלעך האבן פון די קאשטאנעם זיך געמאכט שנורן און פארװארפן אויפ די אקםלען. אין װינטער האבן באלעבאםטעם ארויסגעלײגט קאשטאנעס אויפ דער װאטע אין די טאפלטע פענצטער — א מין באצירונג. אז דער םראםט האט געבריט און דער שנײ האט געםקריפעט אונטער די טריט׳ איז אויך דער באנװעג געװען דער באלעבטםטער פונקט. פערד באהאנגענע מיט קלע־ פערלעך און גלעקלעך, אײנגעשפאנטע אין די שליטנס, זענען געלאפן אין צװאל היז און צוריק — צום װאקזאל און םון װאקזאל. נישט צום אנקומען פון א צוג, נאר אזוי האבן געװאלט די פארליבטע פארלעך... 2 די װארשעװע גאס איבער א צוױיברעטערדיקער שװעל װאם איבערן ראװ, אין אנהײב פון באנװעג, פלעגט מען ארײנפארן אין שטאט ארײן. רעכטם האט זיך אװעקגעצויגן דער שאסײ קײן שעדלעץ. לינקס — דער שפיץ פון דער װארשעװער גאס.

passage_f1b1ed5e5e463953bee72f9e
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1355-2450

די װארשעװער גאס איז געװען די הויפטגאס פון לוקאװ. אויף דער דאזיקער גאס האבן זיך געפונען אלע אפיציעלע אמטן ־ םטאראםטװע, מאגיםטראט, פאסט־און טעלע• גראפן־אמט, די פאליצײ, די ״קאזע״. זי איז אויך געװען דער צענטראלער האנדלם־ פונקט. די לענגסטע גאס, זיך געצויגן האט װײט, ביזן ראדזינער שאםײ. אנהײב דער גאס — עטלעכעהילצערנע הײזער, אפגעפארבט און אויסגעפוצט, װי פאר דרך־ארץ װעגן. איבער די פענצטער־שויבן — פארהאנגען. איבער די פענצטער גופא — לאדנס אין צװײ פארבן: געל, גרין. פארן ארײנגאנג א בריקל מיט טרעפלעך, א גלעקל בײ דער טיר און אויף דער טיר א מעשן שילדל — אויף נישט טועה צו זײן זיך. נאך אן אפשניט פון א זײטיק קלײץ געסל, איז געשטאנען א הױז פון רױטע ציגל פון דעם רבין ר׳ הערשעלע מארגנשטערן ז״ל. אין פראנט — די װױינקראם, װאם ס׳האבן געפירט דעם רבינס זון אץ די רביצין. דער רבי ר׳ הערשעלע מארגנשטערן איז געװען דעם קאצקער םאן אייניקל. אין רבינס שול איז מען ארײנגעגאנגען דורכן הויף, װ.י ם׳איז געװען א םעדל פון בארנע־בײמער. ארום רבי האבן זיך געהאלטן אלע קאצקער

passage_3d44e657b331c10e1c3a83a4