Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 28
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1336

21 ססרלוקארו לעך קענען מיר נישט געבן קיץ גענויעם חשבת צוליב מאנגל אין דאקומענטז. צו אונדז איז דערגאנגען אזא באריכט פונעם יאר1727 (תפ*ט) לויט דעם װי ד״ר מאהלער גיט איבער און מיר ציטירן פון אים־ הי׳ (יום) י׳ (ום) שנכפל כי טוב־ כ*ו אדר תפ*ט באסיפת הגליל שלנו׳ יצ*וי נמנה ונגמר למז״ט" השמאים של כלקהיל(ות^ הגליל כנרשם למטה בין מחויב(ת) כל קהלה לסלק במיטב לפי ערך דלמטה... ק״ק לוקוב״ לכל סכום ״< מאה ועשרים זהובים*... ס׳האט זיך געהאנדלט איןא צוגאב־שטײער, װאס די שמאים (שאצערס) האבן אויף דער אויבנדערמאנטער אסיפה ארויפגעלײגט אויף די קהילות לטובת די אויטא־ נאמע ארגאנען׳ הײנו: ועד ד׳ ארצות און דעם ועד־הגליל (קרײז). װי מיר זעען פון דער טאטאלער טאבעלע, װאס פאלגט נאך, שטײט לוקאװ אויפן פינפטן פלאץ. פאר לוקאװ קומען: קוריב (קארעװ)220 גילדן, קראשניק 190, ראדזין 150, לעװערטאװ 130. אין שפעטערע יארן האט די לוקאװער ײדישע באפעלקערונג איבערגעשטיגן ד־■ אויבנדערמאנטע ערטער. אינטערעסאנט, אז שעדלעץ (זי איז בערךא נײע ױנגע שטאט) איז צװישן די לעצטע אין דער רשימה מיט50 גילדן. לוקאװ איז צו יענער צײט געװעןא פיל װיכטיקערע קהילה װי שעדלעץ א. א. ס׳איז דערפאר אנצונעמען, אז לוקאװ האט געשפילטא באדײטנדיקע ראל אין דעם לובלינער גליל (קרימ). באצױנגען מיט אנדערע קהילות

passage_abcbde4c5a33572ce198df36
Passage 2normalized OCR · source chars 1338-2658

קהילות פלעגן אנהאלטן באציונגען צװישן זיך, איבערהויפט קהילות, װאס האבן אנ־ געהערט צום זעלבן קרײז. װארעם, װי מיר האבן געזען, זענען געװען פינאנסיעלע און פאליטישע ענינים, װאס האט זײ פארבונדן. טײל מאל פלעגן די באצױנגען זײן אנגעשטרענגטע מחמת פינאנסן. די גרויסע קהילות פלעגן װעלן געװעלטיקן איבער די קלענערע, כדי צו צװינגען זײ צו צאלן דעם קאפ־שטײער און שטײערן. דאס האט פיל מאל געבראכט צו דעם, װאם די קלענערע קהילות האבן געליטן פינאנםיעלע פארלוםטן. דער שטײערן־סיםטעם און די אפטע ״מתנות״, װאם דער צענטראל־קאמיטעט— ועד ד׳ ארצות— און די קרימ־קאמיטעטן פלעגן דארפן געבן צו פארשידענערלײ באאמטע, האבן אויםגעזויגן דעם מארך פמ די בײנער. קהילות זענען געװען פארשולדיקט איבערן קאפ. האבן דערפאר קהילות געזוכט אויםצושפרײטן זײער העגעמאניע אויף אנדערע— שװא־ כערע קהילות און םביבות, דאם זענען געװען ײדישע ישובים און דערפער, װאם האבן נישט געקענט אויםהאלטן אן אײגענעם קהילה־אפאראט אמ זענען געװען אונטער־ געװארפן דער קהילה אין שכנות. זענען אויף דעם דאזיקן געביט אנטשטאנען פיל קאנפליקטן אין דער ״ועד ד׳ ארצות״, דער רבנישער בית־דין, װאם האט עקזיסטירט בײם ועד ד׳ ארצות, פלעגט זיך אפט באשעפטיקן מיט אזעלכע םכםוכים. אזא מין םכםוך האט לוקאװ געהאט מיט איר שװעסטער־קהילה אין מעזריטש.

passage_5b23029d73f0f37c391c2b6d
Passage 3normalized OCR · source chars 2660-2738

הגם מעזריטש איז געװען זעלבשטענדיק אמ האט זיך שוין לאנג געהאט באפרײט

passage_ad592f6deee08923b2d56335