Original scan
Original memorial-book scan 29
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1084

סםר לוקאו ו 25 פון איר דעה־זאגערין טיקטין. װאם איז געװען דער זיץ־ארט פון דעם ועד־הגליל, האט מעזריטש זיך נישט צופרידנגעשטעלט מיט דעם אליין. אירע פירער האבן זיך באמיט אויסצושפרײטן די ממשלה איבער אנדערע קהילות. אין דעם פאל פון דעם םכםוך צװישן מעזריטש און לוקאװ האט זיך עס געהאנדלט װעגן דעם, װער איז דער לעגאלער בעל־הבית איבער די ײדישע ישובים אין די דערפער: קאנקאלעװגיצע ברעזעװיצע, זאקאװאליע, רוםקאװאליע, ליםניק און דאמבראװע. דער םכםוך האט זיך געצויגן יארן און מען איז צו קײן טאלק נישט געקומען. ביז אײן מאל האבן זיך די פירער פון בײדע קהילות צוזאמענגעטראפן אין ברעזעװיצע אויף ״שלום״־פארהאנדלונגען און אין ראש חדש אב תקי״ט (1759) איז געקומען צום פאלגנדיקן הםכם: 1) די הכנםו ת פון חתונות, בריתן, דיני תורות און קאפ־שטײער געהערן צו בײדע קהילות, הײנו: אײן יאר צו מעזריטש און דאם צװײטע יאר צו לוקאװ. אין דעם יאר, װאם די הכנםו ת װעלן געהערן צו מעזריטש, װעט די קהילה אין לוקאװ באקומען א פארגיטיקוגג (ם׳װערט נישט געזאגט װאם די פארגיטיקונג איז, װיפל).

passage_95c7b5ef36b616eec8b02798
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1086-2341

אינעם יאר װען די הכנסות װעלן זײן לוקאװם, באקומט מעזריטש א פארגיטיקונג פון לוקאװ אין דער הױך פון איץ דוקא ט (אפשר איז דער זעלבער אפצאל חל געװען אויך אויף מעזריטש מ. ע.) ״כך יתנהגו עד ביאת משיחנו במהרה בימינו״ (אזוי זאלן זײ זיך נוהג ביז צום קומען פון משיח, גיך און אין אונדזערע טעג) . 2) אויף ראש השנה און יום־כפור מוזן די ײדן פון די דאזיקע ישובים פארן קײן מעזריטש. 3) אתרוגים זאלן די ישובניקעם קויפן אין דער קהילה צו װעלכער זײ געהערן אין דעם לויפנדיקן יאר • 4) צו קבר־ישראל זאלן זײ געבראכט װערן אין מעזריטש . 5) אויב איץ קהילה װעט עמעצן פון די דאזיקע ישובים אריינלייגן אין חרם, מוז די צװײטע קהילה דעם באטרעפנדיקן מאן אויך ארײנלײגן אין חרם.׳ ■ לוקאווער רבנים ר׳ יואל סירקעס — דער ב״ח א) דער ערשטער, אונדז באקאנטער, רב אין לוקאװ (ער איז זיכער נישט געװען דער ערשטער רב, װארעם לוקאוו, װי מיר האבן באװיזן איז געװען אן אלטע קהילה) איז געװען דער בארימטער ר׳ יואל סירקעס (זיץ פאמיליע־נאמען איז געװען יפה. אבער מ׳האט אים גערופן אויפן נאמען פון זײן מאמע סירקע, װאם איז מן הסתם געװען אן אשת חיל). פאפולער גערופן ב״ח, אויפן נאמען פון זיץ בארימט ווערק אויפן טור שולחן ערוך ״בית חדש״ .

passage_d4e0682f9f6361654ad07efa
Passage 3normalized OCR · source chars 2343-2509

ר׳ יואל םירקעש איז געבוירן געווארן אין לובלין אין יאר 1561. זיץ םאטער ר׳ שמואל יפה איז געװעןא גרויםער תלמיד חכם אוןא חשובער תושב פון לובלין.

passage_445267c9da33a1fef04c8d4a