Original scan
Original memorial-book scan 30
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-697

26 ססרלוקאוו ער האט זיך אפגעגעבן מיט מםחר. אדער זײן װײב םירקע איז געװען די אשת חיל אינעם געשעפט און ער איז געזעםן על התורה והעבודה. דער ב״ח װערט. מיט רעכט, באטראכט אלם אײנער פון די גרויםע אויטאריטעטן אין הלכה. זײנע פםקים זענען אנגענומען געװארן אין אלע תפוצות פון ישראל. צי אים םלעגן רבנים און קהילות שיקן זײערע שאלות און געװארט אויף זײן אויטארי־ טאטיװע מײנונג. זײנע תשובות אין צװײ בענד (שו״ת ב״ח הישנות אדן שו״ת בית חדשז זענען אן אוצר פון ײדישער געשיכטע אין פוילן. ײדישע היםטאריקעד געפינען אין זײא שלל ידיעות װעגן ײדישן לעבן אין פוילן, זײערע באצױנגען מיט די שכנים, דעם ועד ד׳ ארצות אד״גל.

passage_d50c6a4225f95d272d86ae6e
Passage 2normalized OCR · source chars 699-1425

אגב, אין זײנע שו״ת -י געפינט זיךא תשובה, װאם איז נוגעא דין־תורה צװישן לוקאװער ױרשים. צוליב איר אינטערעםאנטקײט װעלן מיר ציטירן די דין־תורה: די שאלה איז געװען: ״ראובן דר בבית חמיו חמש שנים. שלשה שנים היה דר בחײו וב׳ שנים אחרי מיתתו. והױרשים תובעים אותו שיצא מרשותם, וראובן הוציא שטר מתנאים שנעשה בעת שידוכין שז״ל (שזו לשונס ואם ידור הזוג בק״ק (קהלה קדישה) לוקאװ, אזי יתן מהרר״י דירה להזוג בביתו עשר שנים וכו״. כל הנ״ל (הנזכר למעלה) קבלו עליהם הצדדין הנ״ל לאשר ולקײם בק״ם (בקנין םודר) בח״ח (בחרם חמור) ובשדא (ובשבועה דאוריתא) ובקנם וד,ױרשים משיבים שטר זה כבר נמחל שיעבודו ובטל מיד לאחר החופה ואין לך שום זכות ע״י (על ידי)...״

passage_3f4cfa58fc8dfbc1bf95afde
Passage 3normalized OCR · source chars 1427-2665

(דאובן האט געוװינט אינעם שװערם הויז5 יאר:3 יאר בעת זיץ לעבן און צװײ יאר נאך זײן טויט. און די ױרשים פאדערן פון אים, אז ער זאל זיך ארויםציעי. אבער ראובן האט צוגעשטעלטא שטר (דאקומענט) פון די תנאים, װאם זענען געשריבן געװארן בײם שטעלן דעם שידוך, װאם זאגט: ״אויב דאם פארפאלק װעט בלײבן װוינען אין לוקאװ װעט מורנו הר״י (יצחק, ישראל) זײ געבןא דירה אין הויז אויף10 יאר וכו״. אט דאם אלץ האבן די אויבנדערמאנטע צדדים גענומען אויף זיך צו באשטעטיקן און מקײם זיץ מיטא קנין םוד (די בײדע צדדים נעמען אן די פאטשײלע װאם דער רב אדער עמעצער אנדערש דערלאנגט זײ— מ. ע.) מיטא הארבן חרם אוןא שבועה דאורײתא און קנם. און די ױרשים טענהן, אז די לעגאלקײט פון דעם שטר איז שוין לאנג נישט גילטיק און איז בטל געװארן באלד נאך דער חופה און דו האםט קיץ זכות אויף זיץ םמך״). דער ב״ח קומט צום אויםפיר, אז דער אײדעם מוז זיך ארויםציען פון דעו דירה. ם׳איז נישט געװען כמעט, קײן רבנישער געביט, אויף װאם ער האט נישט קאמענטירט. ער האט געשריבן הגהות אויף ש״ם, אויפן רא״ש (רבנו אשר) א. א.א פירוש אויף מגילת רות א. נ. משיב דבר.א פירוש אויף קבלה ״משיב נפש״ אוןא פירוש אויפן םידור לויט קבלה.

passage_79d5bbadf4f2ea1fb44716bc
Passage 4normalized OCR · source chars 2667-2900

ר׳ ױאל םירקעש איז געװען אן אנטשידענער קעגנער פון פילאזאפיע, װאם ער האט געהאלטן פאר אפיקורםות. דאקעגן איז ער געװעןא שטארקער אנהענגער פון קבלה־מיםטיציזם. זיץ צוגאנג צום חינוך איז געװען כמעטא מאדערנער. ער

passage_22a4f6f71e17ef0486cddd23