21 סס רלוקא רו לעך קענען מיר נישט געבן קיץ גענויעם חשבון צוליב מאנגל אין דאקומענטז. צו אונז איז דערגאנגן אז א באריכט פונעם יאר 1727 (תפ*ט) לויט דעם װי ד״ר מאהלער גיט איבער און מיר ציטירן פון אים ־ הי׳ (יום) י׳ (ום) שנכפל כי טוב ־ כ*ו אדר תפ*ט באסיפת הגליל שלנו׳ יצ*ו ימנ ה ונגמר למז״ט "השמאים של כל קהיל(ות^ הגליל כנרשם למטה בין מחויב(ת) כל קהלה לסלק במיטב לפי ערך דלמטה... ק״ק לוקוב״ לכל סכום״ <מאה ועשרים זהובים*... ס׳האט זיך געהאנדלט אין א צוגאב־שטײער, װאס די שמאים (שאצערס) האבן אויף דער אויבנדערמאנטער אסיפה ארויפגעלײגט אויף די קהילות לטובת די אויטא־ נאמע ארגאנען, הײנו: ועד ד׳ ארצות און דעם ועד־הגליל (קרײז). װי מיר זעען פון דער טאטאלער טאבעלע, װאס פאלגט נאך, שטײט לוקאװ אויפן פינפטן פלאץ. פאר לוקאװ קומען: קוריב (קארעװ) 220 גילדן, קראשניק 190, ראדזין 150, לעװערטאװ 130. אין שפעטערע יארן האט די לוקאװער ײדישע באפעלקערונג איבערגעשטיגן ד־ ■ אויבנדערמאנטע ערטער. אינטערעסאנט, אז שעדלעץ (זי איז בערך א נײע ױנג ע שטאט) איז צװישן די לעצטע אין דער רשימה מיט 50 גילדן. לוקאװ איז צו יענער צײט געווען א פיל װיכטיקער קהלה װי שעדלעץ א. א. ס׳איז דערפאר אנצונעמען, אז לוקאװ האט געשפילט א באדײטנדיקע רא ל אין דעם לובלינער גליל (קרימ). באצױנגען מיט אנדערע קהילות
קהילות פלעגן אנהאלטן באציאונגען צווישן זיך, איבערהויפט קהילות, וואס האבן געהערט צום זעלבן קרייז. װארעם, װי מיר האבן געזען, זענען געװען פינאנסיעלע און פאליטישע ענינים, וואס האט זיי פארבונדן. טייל מאל פלעגן די באציאונגען זיין אנגעשטרענגטע מחמת פינאנסן. די גרויסע קהילות פלעגן װעלן געװעלטיקן איבער די קלענערע, כדי צו צווינגען זיי צו צאלן דעם קאפ־שטייער און שטייערן. דאס האט פיל מאל געבראכט צו דעם, װאם די קלענערע קהילות האבן געליטן פינאנםיעלע פארלוסטן. דער שטייערן־סיםטעם און די אפטע ״מתנות״, װאם דער צענטראל־קאמיטעט — װעד ד׳ ארצות — און די קרימ־קאמיטעטן פלעגן דארפן געבן צו פארשידענערליי באאמטע, האבן אויסגעזויגן דעם מארך פון די בײנער. קהילות זענען געװען פארשולדיקט איבערן קאפ. האבן דערפאר קהילות געזוכט אויסצושפרײטן זײער העגעמאני עאויף אנדערע — שװא־ כערע קהילות און םביבות, דאס זענען געװען ײדישע ישובים און דערפער, װאס האבן נישט געקענט אויסהאלטן אן אײגענעם קהילה־אפאראט און זענען געװען אונטער־ געװארפן דער קהילה אין שכנות. זענען אויף דעם דאזיקן געביט אנטשטאנען פיל קאנפליקטן אין דער ״ועד ד׳ ארצות״, דער רבנישער בית־דין, װאס האט עקזיסטירט ביים װעד ד׳ ארצות, פלעגט זיך אפט באשעפטיקן מיט אזעלכע םכםוכים. אזא מין םכםוך האט לוקאװ געהאט מיט איר שװעסטער־קהילה אין מעזריטש.
הגם מעזריטש איז געווען זעלבשטענדיק א מאמע האט זיך שוין לאנג געהאט באפרייט