Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 292
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1195

288 םפר לוקן װ זשעלעכאװער וועג ׳ צו די לאםאגעס ׳ און זיך געצויגן לענג־אויס דעם טייכל און דער לאנקע איבער דער צװייטער זײט טײכל ׳ ביזן בריקל אויף דער װארשעװער גאם . אין דער לינקער זײט םון בריקל איז געשטאנען די קוזשניע פװ מתנגד זאבראװיטש . דינע קינדער האט ער נישט צוגעלאזט צו דער קוזשניע ׳ נאר זײ זאלן זיך זוכן מער ײדיש־ לעכע םאכן . אויף דער בראװארנער גאם ׳ אין דער זײט םון טײכל ׳ איז געװען די לאשעצעדינס בעקערײ. א םפעציאליסטין פון באקן שװארץ ברויט ׳ א לעבל ברויט פון דער לאזשע־ צערינם בעקערײ איז געװען געשמאקער און באטעמטער ׳ װי פון אנדערע בעקערייען . די לעבלעך זענען בײ דער לאשעצערין געװען אויסגעבאקן ׳ די םקורקע האט געהאט א שפיגל־גלאנץ און דער דנא איז אויסגעבעט געװען מיט בלעטער ׳ די לעבהאפטםטע באװעגונג אויף דער בראװארנער גאם איז געװען פרײטיק נאך האלב טאג : מײדלעך און ײנגלעך האבן געטראגן דיניעצעם און טעפ טשאלנט אין דער לאזשעצערינם בעקערײ צו פאררוקן אין אוױון אויף שבת ׳ און שבת נאכן דאװעגן פלעגן די זין און די טעכטער לויפן צו דער לאשעצערין אפנעמען די דיניעצעם טשאלנט . אין דער זײט ׳ אין אן אלט הילצערן הײזל ׳ האט דער מלמד ברוך געהאט זיץ חדר .

passage_b2ad59ca0b79350c740d3977
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1197-2423

נאר 6 יונגעןלעך האט ער אנגענומען. די יונגעןלעך האבן געמוזט זיך אויסטיילן מיט עפע ם םם אנדערע. ער איז געווען א געלער ׳ אויסגעדארטער ׳ מיט איינגעפאלענע באקן. דאם שמאלע בערדל האט ער געהיטן ם׳זאל תמיד זיין צעקעמט. דורך דעם הויף פון ברוך חד ר האבן די באלעבאםטע ם געטראגן די װעש צו שװענקען אין טײכל׳ און מיט קילקע ם געקלאפט די וועש און װידער געשװענקט. אויך די פענצטער פץ חיה־שרה ם בית־מדר ש זענען געווען אויף דער בראװארנע גאס. מיטן פנים צום געםל פון בית־מדר ש איז געווען משה ליכטנשטײנם זײף־פאבריק. משה ליכטנשטײן׳ מיט א פאטריארכאלן אויסזען׳ איז געווען דער בכבודיקער בעל־הבי ת אויף דער מזרח־װאנ ט אין חיה־שרד׳ם בית־מדרש. זיעע צװײ זין האט ער נישט אװעק־ געלאזט פון דער זײף־פאבריק• פון דער צוױיטער זײט גאס זענען געווען די הײף פון די הײזער׳ װאם אויף דער װארשעװער גאס. די בראװארנע גאס איז נישט געווען קײן לאנגע גאס און פון משה ליכטנשטײנס זײף־פאבריק האבן זיך נאך דורכגעקײלט עטלעכה הילצערנע הײזער: אלתרל פינקלשטײנס קאשע־מילעכל און איטשעלע קעניגסבערגס שולע. נאך א שטיק לײדיקן פלאץ׳ האט חײם דוד זאקאליק געהאט זײן מעש־טאקערײ. דאס הויז האט זיך שוין געגרענעצט מיט דעם זשעלעכאװער װעג. 5 די מעזריטסער גאס

passage_48aa5e2938cbd0ad5b5cd30a
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2425-2589

די צװײטע לאנגע גאם אין לוקאװ איז געװע ן די מעזריטשער גאם׳ צפמ־זײט פמ דער שטאט. די גאס האט זיך אנגעהויבן פון מארק־פלאץ און זיך געצױגן ביז דעם

passage_946e4ac47935bdf745c60ccd