288 םפר לוקןװ זשעלעכאװער וועג׳ צו די לאםאגעס׳ און זיך געצויגן לענג־אוים דעם טייכל און דער לאנקע איבער דער צוױיטער זײט טײכל׳ ביזן בריקל אויף דער װארשעװער גאם. אין דער לינקער זײט םון בריקל איז געשטאנען די קוזשניע פװ מתנגד זאבראװיטש. דינע קינדער האט ער נישט צוגעלאזט צו דער קוזשניע׳ נאר זײ זאלן זיך זוכן מער ײדיש־ לעכע םאכן. אויף דער בראװארנער גאם׳ אין דער זײט םון טײכל׳ איז געװען די לאשעצעדינס בעקערײ.א םפעציאליםטין פון באקן שװארץ ברויט׳א לעבל ברויט פון דער לאזשע־ צערינם בעקערײ איז געװען געשמאקער און באטעמטער׳ װי פון אנדערע בעקערייען. די לעבלעך זענען בײ דער לאשעצערין געװען אויםגעבאקן׳ די םקורקע האט געהאט א שפיגל־גלאנץ און דער דנא איז אויםגעבעט געװען מיט בלעטער׳ די לעבהאפטםטע באװעגונג אויף דער בראװארנער גאם איז געװען פרײטיק נאך האלבן טאג: מײדלעד און ײנגלעך האבן געטראגן דיניעצעם און טעפ טשאלנט אין דער לאזשעצערינם בעקערײ צו פאררוקן אין אוױון אויף שבת׳ און שבת נאכן דאװעגען פלעגן די זין און די טעכטער לויפן צו דער לאשעצערין אפנעמען די דיניעצעם טשאלנט. אין דער זײט׳ אין אן אלט הילצערן הײזל׳ האט דער מלמד ברוך געהאט זיץ חדר.
נאר6 ײנגלעך האט ער אנגענומען. די ײנגלעך האבן געמוזט זיך אויםטײלן מיט עפעם םמ אנדערע. ער איז געװעןא געלער׳ אויםגעדארטער׳ מיט אײנגעפאלענע באקן. דאם שמאלע בערדל האט ער געהיטן ם׳זאל תמיד זיין צעקעמט. דורך דעם הויף פון ברוכם חדר האבן די באלעבאםטעם געטראגן די װעש צו שװענקען אין טײכל׳ און מיט קילקעם געקלאפט די וועש און װידער געשװענקט. אויך די פענצטער פץ חיה־שרהם בית־מדרש זענען געװען אויף דער בראװארנע גאם. מיטן פנים צום געםל פון בית־מדרש איז געװען משה ליכטנשטײנם זײף־פאבריק. משה ליכטנשטײן׳ מיטא פאטריארכאלן אויםזען׳ איז געװען דער בכבודיקער בעל־הבית אויף דער מזרח־װאנט אין חיה־שרד׳ם בית־מדרש. זיעע צװײ זין האט ער נישט אװעק־ געלאזט פון דער זײף־פאבריק• פון דער צוױיטער זײט גאם זענען געװען די הײף פון די הײזער׳ װאם אויף דער װארשעװער גאם. די בראװארנע גאם איז נישט געװען קײן לאנגע גאם און פון משה ליכטנשטײנם זײף־פאבריק האבן זיך נאך דורכגעקײטלט עטלעכע הילצערנע הײזער: אלתרל פינקלשטײנם קאשע־מילעכל און איטשעלע קעניגםבערגם שולע. נאךא שטיק לײדיקן פלאץ׳ האט חײם דוד זאקאליק געהאט זײן מעש־טאקערײ. דאם הויז האט זיך שוין געגרענעצט מיט דעם זשעלעכאװער װעג. 5 די מעזריטסער גאס
די צװײטע לאנגע גאם אין לוקאװ איז געװען די מעזריטשער גאם׳ צפמ־זײט פמ דער שטאט. די גאס האט זיך אנגעהויבן פון מארק־פלאץ און זיך געצױגן ביז דעם