אברהם נחתומי קבר אבו ת אין ליידיק־געװארעגעם מארק האבן ארומשפאצירט צווישן בערגלעך פערדישע צואה. בײ די שטעלן, אין דער לענג פון קאנאל׳ וועלכער האט זיך געצויגן ביזן אלטן בית־מדרש און װייטער, האבן די ״זיצערקעם״ אנגעהויבן צוזאמעננעמען די פונאנדערגע־ לײגטע םחורות. א טייל האבן געצײלט דעם פדיון, צוזאמענלײגנדיק מטבע צו מטבע, זילבער צו זילבער, קופער צו קופער. א טייל האבן מיט פארחלשטע פנימער געזופט דאם פארקילטע מיטאג־עםן, מיט א שמאטשק און מיט א פײף, און בײם באלעקן זיך, הנאהדיק צוגעקלאפט מיט די ליפן. א חבר׳ה חדר־קינדער, מיט א באהעלטער בראש, װאם זענען געלאפן צו א ״קריאת־שמע־לײענען״, זענען פלוצים שטײן געבליבן און נאכגעקוקט א פארמעליקטן בעקער־יונג מיט א מולטער אויפן קאפ, װעלכער איז געגאנגען טאנצנדיק איבערן מארק, און הארציק זיך צוגעזונגען: א יונג און א מײדל אויף אן אװנט גאנץ אײדל די האבן זיך באקענט אויף א באל. דאם מײדל פארקוקט זיך, דאם ײנגל פארליבט זיך, מען זינגט א ליד איבעראל.
Original scan
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-997
passage_33b41d561faab2e63c78e035
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 999-1502
ער איז זינגענדיק צוגעגאנגען צו א שטעל, אראפגענומען דעם מולטער, עפעם ארײנ־ געצײלט, און טאנצענדיק װייטער געגאנגען, אזוי איז ער געגאנגען ביז דער לאמטערנע, װעלכע איז געהאנגען אויף א גרין־געפארבטן םלופ, דארט א װײלע שטײן געבליבן, גע־ כאפט א גנבהשן קוק אויפן מארק און צוהאצקענדיק אנגעהויבן א נײ לידל צו זינגען : בײ אונח אין שטעטל איז געװען א ירידל, א טעאטער פרײטיק אויף דער נאכט. א גוי האט זיך פארשטעלט פאר א ײדל אװ דער עולים האט זיך צעלאכט. 297
passage_468ba213f280ab0687ede178