Original scan
Original memorial-book scan 307
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1060

סםר לוקא װ 303 געצויגן זייערע העלדזער, די שנאבלען אריינגעלאזט צװישן די גראזן, א נורקע געטאן׳ אפגעפראװעט אן אושפיזין און װייטער געגאנגען • פײכטע גרעזעלעך האבן זיך אויסגעלײגט פון בײדע זײטן םטעזשקע, גלײך װי זײ װאלטן ״כורעים״ פאלן, און מיליאנע טראפעלעך רעגן׳ גלאנציקע װי בריליאנטן, װעלכע זעגן אויף זײ געלעגן, האבן ר׳ בערלס און אברהמלעס פוסטריט געװאשן סח בית־הקברות־טויער ביז צום שאסײ • פון שטאט איז אנגעקומען א מחנה קינדער, געפלויגן װי די הײשעריקן און שטײן געבליבן נעבן דיקן בוים, װעלכער האט אויסגעזען װי אן עלטער־עלטער־זײדע, זיך אויםגעשטעלט אין א ראד, איינער איז ארײן אין מיטן, אנגעהויבן צײלן לויטן אלף־בית 1 אברר׳ם, בערל, גימפל, דוד, הערשל, װעלװל, זאנװל, חאצקל׳ טוביה, ײדל, כתריאל, לײבל, מענדל, נתן, םנדל • עזרא, פםח, צדוק, קאפל, ראובן, שמע־ן, תנחו ם אויף דעם װאס איז אויםגעפאלן דער נאמען תנחו ם האבן אלע א געשרײ געטאן ־ דו ביסט ארויס. ער האט זיך אװעקגעשטעלט אין א זײט און דער צײלער האט פון דאם נײ אנגעהויבן. • אברהם, בערל, גימפל...

passage_55302c6c9d18bad738ff81e9
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1062-2200

דער טאטעמיטן זון האב ן זיך װאםא מאלמער דערװײטערט פו ן די ײנגלעך או ן געגאנגען בארגדארויף . פארויס פאר זײ האט זיך געצויגן א םטאד ע ראסאװעקימיט בלעכענע אוירינגלעך און פולינקע אײטערם . דריטהאלבן־יאריקע יאלאטשקע ס זענען געשפרונגען אײנע אויפ ד י אנדערע , און װען זײ האבן אנגעהויבן טרעטן אויפ דער היל־ צערנער בריק , האבן זיך ארום און ארום דומפע קלאנגע ן פארשפרײט . פון דער רוסישער צערקװע , װעלכע אי ןגעשטאנען אויפן באן־װעג , זענע ן אנגע־ קומען דריבנע קלאנגע ן פון קלײנע גלעקעלעך׳ גלין־גלאן , גלין־גלאן . םון ערגעץ־װ האט אנגעהויבן ארויםקריכן א פײכטער בין־השמשות . און װען דער טאטעמיטן זון זענען צוגעקומען צ ו ם שלאבא ן פון דער שטאטישער ראגאטקע איז אברהמעלע שטײן גע־ בליבן און א קוק געטאן אויפ צוריק־הימל און ערד זענע ן צוזאמענגעדריקט געװע ן גלײך װי זײ װאלטן זיך געקושט , און צװישן די צוזאמענגעדריקט הימל און ערד איז געלעגן אויסגעשפרײט װי א טעפיך דער בית־עולם , װ ם׳האבן אין משך פון לאנגע יארן , אײנציקװײז זיך אויסגעלײגט דורות , צדיקים , נגלים או ן נםתרים , װעלכע האבן אין דער םביבה שטיל געלעבט און נאך שטילער געשטארבן...

passage_66e002419484eda0b30fd5c8