Original scan
Original memorial-book scan 312
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1207

308 םםר לוקא װ ״יאבלקאװע, מאלינאװע םאמידארי! יאבלקאװע, מאלינאאװעע!״ — הילכט אויף דער ארישער זײט דאס כסדרדיקע רופן פון א ברײט־צעװאקסענער קריסמין לעבן איר װעגעלע מול טאמאטן • דורך דעם פארהאנגענעם פענצטער אין מײן באהעלטעניש אויף אלטשטאט, זע איך זי, די פאלקע, אויסן פאן פון דער קאטעדרע ״שװיענטעגא יאנא׳. א מעלאגכאלישע שטילקײט הויערט אינעם געםל, נאר דאס געזונטע קול פון דער פאמידארן־פארקויפערין קלינגט מיט לעבן און כאפט זיך אן אין די אלטע אפגעהאקטע גזימםן פון די שמאלע, הויכע הײזער. און פלוצעם צעהילכן זיך װילדע געשרײען: ״לאפטשע זשידא! לאפטשע זשידא!״ (כאפט א ײח!). א פארבלוטיקטער בחור לויפט דורך די גאס. עטליכע שקצים, טייל מיט שטעקנס אין הענט, יאגן אים. פון א געװעלב שפרינגט ארויס א רויטער גוי, פארשטעלט מיט זיך דעם װעג פארן ײד. אין קירכע קלינגען גלאקן צום ״גיעשפאר־געבעט״. אויפן טישל אין מײן באהעל־ טעניש — א טעלער מיט פאמידארן, ״יאבלקאװע, מאלינאװע פאמידארי״! פארװאם שװײגט מען? פארװאם װיל מען אפילו די שאטגם פארטרײבן, זיי זאלן נישט דערמאנען? מענטשן מיט נומערן אויף די הענט, מענטשן מיט טאטוירטע און אין פײער גע־ צײכנטע נשמות, שװײגן. זיי װילן נישט דערמאנען.

passage_073e1f08aae63fcc958397c7
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1209-2278

איך װאלט אזוי גערעדט אויסגעמעקט דעם קאשמאן פון מיץ מלחמחה־לעבן און אנגע־ שריבן מיר א נײ , געװײנלעך לעבן , װעגן װעלכן עס דערצײלט מיר די פרישע טאמאטע פון נגב . איך האלט זי איצט , װי א פרומער ײד האלט א אתרוג . איך לײג צו די ליפן צו איר םאמעטענער באק און קוש זי . אונדזער עגבניה • זי דערצײלט װעגן גבורה , מסירת־נפש , שװערער ארבעט , גלויבן : װעגן אויפװאכן פון א געפײניקט פאלק , מיץ פאלק , װאם לאזט זיך מער נישט בינדן אץ װעט באקעמפן אלע בײזע כוחות , װאם לייעח אויף זי ץ פרײהײט. נאך דער באפרײונג איז איבער די גאסן פון װארשע געלאפן א פרוי , א ײדישע פרוי . אירע הענט — פארבראכן ן איר געל , איעגעפאלן פנים — א געמיש פון פרײד , טרויער , נויט, שרעק , אויםליתונג , און פץ איר מויל האט מען געהערט איינס און דאס זעלבע : ״אוי, א בראך האט מיך געטראפן ! איך מעג שוין שױיען אויף ײדיש , א בראך האט מיך געטראפן! ״ ״טאמאטן האבן אין זיך א סך װיטאמינען און בלוט ״ — האט מיט א פאר טעג צוריק געזאגט צו מיר דער ירקות־פארקויפער . — יא , איך װײס דערפץ — האב איך אים געענטפערט .

passage_12702950e844e9fc0cc544d9