סםר לוקאוו 307 טוליע, מיין שכן פון שװ.־יערסקע־גאס. טוליע דער וואלוטע־םחזר, געזונטער/ מוסקולירטער בחור מיטא פעטן, רויטן קארק און קלײנע חזרישע אויגן. װען ם׳האבן זיך באװיזן אויף די מויערן די אויםזידלומ־פלאקאטן, איז ער ארומ־ געלאפן װיא װילדע חיה איןא שטײג. די מורא פארן טויט איז בײ אים געװען אזוי גרוים, אז ער האט באקומען אטאקן פץ פוריע. דעמאלט איז געװעןא געפאר צו געפינען זיך אין דינע •ד׳ אמות. כדי צו פארזיכערן זיך פארן אומקום, האט ער זיך פארשריבן צו דער הילפםפאליצײ, און אנגעטאןא װײםן באנד אויפן ארבל. אינעם פינפטן טאג פון דער אויסזידלונג האב איך זיך אויף קארמעליצקע־גאס עק נאװאליפיע, באר.אלטן איןא טויער, באמערקנדיקא װאגן מיט געפאנגענע ײדן. דעם װאגן האבן באגלײט ײדישע פאליציאנטן. קײן דײטשן האבן זיך נישט באטײליקט אין דער דאזיקער אקציע. דער װאגן איז געשטאנעןא20 מעטער פון מיר. איך האב זיך צוגעקוקט, װי צװײ פאליציאנטן האבן געשלעפטא ױנגע, הויכע, בילד־שײנע, פעםט־געבויטע מויד. איר פנים, דער קאפ, די שװארצע לאקן, די װילדע גרויםע אויגן, איר עקשנותדיקער װידער־ שטאנד— דאס קאן מען נישט שילדערן.
פלוצעם רײםט זי זיך ארוים פון דיערע הענט, בלײבטא רגע שטיץ. זי װארפט פונאנדער די הענט מיט אזא כוח, אז בײדע פאליציאנטן פאלן. אבער באלד שטײען די װידער לעבן איר, אײנער כאפט זי אן בײ די האר, דער צװײטער צערײסט אויף איר די בלוזע, זי רײסט זיך װידער ארויס, שלאגט, קאפעט, קלאפט— און אנטלויפט. פון אונטער דער צעריסענער בלוזע קוקט אפער איר לײב, איר פנים אין איץ דיט— פארבלוטיקט. צװײ פאליציאנטן, פון די װאס האבן געהיטן דעם װאגן, יאגן זי נאך און באפן זי. אן ארומגערינגלטע פון פיר פאליציאנטן, קעמפט זי װידער. דאם קלאפערײ פון די גומענע פאלקעם איבער איר קאפ און קערפער הילכט אפ אין דער שטילקײט פץ גאס, וױ ציגל װאלטן זיך געשאטן פון צעשמעטערטע מויערן. זי רײסט ארויםא פאלקע פוןא פאליציאנטס האנט און דרעשעט... די געפאנגענע אויפן װאגן נוצן אוים די געלעגנהײט און אנטלויפן. צװײ פאליציאנטן לויפן צוריק צום װאגן. די מויד,א צעבלוטיקטע,א האלב־נאקעטע, אנטלויפט אין דער ריכטומ פון קארמעליצקע. װי פון אונטעי־ דער ערד װאקםט אוים טוליע, מײן שכן. ער שטעלט אונטערא פום פאר די פיס פץ דער לויפנדיקער פרוי. זי פאלט װי אן אונטערגעשניטענער בוים. טוליע האלט פעםט די הענט פונעם מײדל. צוױי פאליציאנטן פענטען אירע פים. א געבונדענע, אפגעמאטערטע שלעפן זײ זי צום װאגן.
טוליע פאררויכערטא ציגארעט. אין דעם אויגנבליק באקומט ערא זבענק מיט א טאמאטע צװישן די אויגן. טוליעס פרצוף װערט באגאםן װי מיט בלוט. פץ עװאמעלישן שפיטאל האטא פאליאק, װײזט אוים, געצילט און געטראפן. טוליע װישט מיטן ארבל דאס פנים. דער װאגן פארט אפ.