312 םפר לוקא װ עטלעכע פערזאן. ער האט מיך באפוילן מיטצוגיין מיט זיי. גייענדיק האב איך געזען װי די גאסן זענען פארזייט מיט די קערפער ס פון דערשאסענע ײדן. בײם קלויסטער האט מען פארמירט א גרעסערע גרופע און שפעטער האט מעד אונת גענומען יאגן קיין שעדלעץ. מען האט אונדז געהײסן שנעל לויפן און זיי, די דײטשן׳ האבן אונדז באגלײט מיט אויטאס און באלויכטן מיט רעפלעקטארן. אויב עמעצער איז אפגעשטאנען און נישט געקענט ווייטער לויפן, האבן זײ אים אויפן װעג ארויםגעענדיקט מיטן באגנעט. צו לויפן 28 קילאמעטע ר איז געװען זײער שװער, אפילו פאר ױנגע, ווער שמועסט נאך פאר עלטערע מענטשן. מען האט זיך באמיט צו העלפן אײנער דעם צװײטן; מען האט זיך אנגענומען פאר די הענט. און אזוי האט אײנער געשלעפט דעם אנדערן. ענדלעך זענען מיר אנגעקומען אין דער שעדלעצער טורמע. לוקאװער ײדן מיט א דײטשן טראנספארענט מיר האבן זיך געװאלגער ט אויפן טורמע־הויף אין שעדלעץ אונטער א רעגן, װאם האט אנגעהאלטן ביז אין דער פרי. אין דער פרי האט מען אונדז געגעבן פרישטיק, וואס איז באשטאנען פון פערלגרויפן־זופ אין גאנצן א ן זאלץ. מיר האבן דאם באקומען אין צעבראכענע שיסלעך און א ן לעפל. די דײטשן האבן גענומען פיר ן אמי ן אויספארשונג קעגן אונדז. עם איז אנװעזנדי ק
Original scan
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1252
passage_63a7ea34ad59692d757cf6e8