312 םפר לוקאװ עטלעכע פערזאן. ער האט מיך באפוילן מיטצוגיץ מיט זײ. גײענדיק האב איך געזען װי די גאסן זענען פארזײט מיט די קערפערס פון דערשאםענע ײדן. בײם קלויסטער האט מען פארמירטא גרעםערע גרופע און שפעטער האט מעד אונת גענומען יאגן קײן שעדלעץ. מען האט אונדז געהײסן שנעל לויפן און זײ, די דײטשן׳ האבן אונדז באגלײט מיט אויטאם און באלויכטן מיט רעפלעקטארן. אויב עמעצער איז אפגעשטאנען און נישט געקענט װײטער לויפן׳ האבן זײ אים אויפן װעג ארויםגעענדיקט מיטן באגנעט. צו לויפן28 קילאמעטער איז געװען זײער שװער׳ אפילו פאר ױנגע׳ װער שמועסט נאך פאר עלטערע מענטשן. מען האט זיך באמיט צו העלפן אײנער דעם צװײטן; מען האט זיך אנגענומען פאר די הענט. און אזוי האט אײנער געשלעפט דעם אנדערן. ענדלעך זענען מיר אנגעקומען אין דער שעדלעצער טורמע. לוקאװער ײדן מיטא דײטשן טראנספארענט מיר האבן זיך געװאלגערט אויפן טורמע־הויף אין שעדלעץ אונטערא רעגן׳ װאם האט אנגעהאלטן ביז אין דער פרי. אין דער פרי האט מען אונדז געגעבן פרישטיק, װאס איז באשטאנען פון פערלגרויפן־זופ אין גאנצן אן זאלץ. מיר האבן דאם באקומען אין צעבראכענע שיםלען און אן לעפל. די דײטשן האבן גענומען פירןא מין אויםפארשונג קעגן אונדז. עם איז אנװעזנדיק
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1252
passage_63a7ea34ad59692d757cf6e8