Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 319
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-819

ז. סעגאלאוויטש פון דער פאעמע, א בוים אין פוילן (מגילת פלים) ...איך האב שוין אין װארשע געציטערט, אין קאװנע און ראװנע — בלױז שרעקן, עם האט זיך שוין לוקאװ דערשיטערט... אויס מערער װעט שרעק שוין נישט קלעקן. און לוקאװ, אוי, ארעמע שטעטל! דײן חורבן איז מיר פאר די אויגן... א הײזל, א שטול און א בעטל און מענטש איז מיט דעם מיטגעפלויגן. א גאם אין דער לופטן געשפרונגען און דא אויך דער ערד זיך צעשאטן... א שטעטל פון פײער דערשלונגען, און מענטשן אויך טויט אפגעבראטן. געזען האב איך פארקאן און װענטל, באשמירט מיט פריש־בלוטיקע פלעקן, געזען א קלײן־קינדערשע הענטל... געלעגן באזונדער... צום שרעקן. טא װאס זאל מיר װערן איצט טײער? און װאס פאר א טרײםט איז מיר נײטיק? ארויס בין איך דעמאלט פון פײער, דאם לעבן איז אבער אײן װײטיק... 315

passage_1e304d778f59cee0a70b4695