Original scan
Original memorial-book scan 320
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-606

משה גרייצער אין געראנגעל פארן לעבן אין יאר 1939, װען די דײטשן האבן אקופירט פוילן, בין איך געװען מאביליזירט אין דער פוילישער ארמײ בעת די רוםן האבן פארנומען די פוילישע מזרח־געביטן, בין איך ארײנגעפאלן אין דער םאװיעטישער געפאנגענשאפט אין שעפעטאװקע. אינעם םאװיעטישן געפאנגען־לאגער האב איך באגעגנט נאך 3 לוקאװער ײדן: לײב ל בעםער, הערשל באביניקער ם ז ץ (זאקאליק) און יאקובאװיטש (מנשה דראזשקאזש ם זץ). איך מיט יאקובאװיטשן האבן באשלאםן זיך אומציקערן קײן לוקאװ. זאקאליק און בעםער זענען געבליבן אין רוםלאנד און שפעטער זענען זײ אנגעקומען קײן ישראל.

passage_5fa18223d8da278767b56f35
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 608-1901

װען איך בין צוריקגעקומען קיץ לוקאװ האט מען מיר דערצײלט, אז באלד װי די דײטשן זענען אהין אריץ, האבן זײ אדורכגעפירט א שטראף־אקציע צוליב דעם, װײל 3 דײטשן זענען דערשאםן געװארן. מען האט געכאפט ײדן און פאליאקן און געטריבן זײ צוםום קיץ שעדלעץ. אויפן װעג האט מען דערשאםן עטלעכען ײדן (איך געדענק דעם נאמען בלויז פון איץ קרבן: משה פעפערמאן). פון שעדלעץ האט מען די מענטשן געיאגט קיץ װענגראװ און דארט איז געלונגען צו באפרײען די ײדן. ם׳איז כדאי צו באמערקן, אז צװישן די געטריבענע קיץ װענגראװ האט זיך אויך געפונען דעם פאלקםדײט ש דראזדאל. מען האט אים ארעסטירט דערפאר, װײל ער האט דערקלערט, אז נישט די ײדן האבן דערשאםן די 3 דייטשן, נאר פאליאקן און א דאנק דעם טאקע האט מען די ײדן באפרײט. קיץ לוקאװ האט מען געבראכט די ײדן פץ סװואלק, נאשעלםק, םעראצק — סך הכל עטלעכעטויזנט פערזאן. דער ױדענראט האט אײנגעארדנט אז די ײדן בײ ארטיקע ײדישע משפחות און אויך אין דער גרויסער שול און אין די בתי־מדרשים. דער ױדענראט האט אויך געשאפן א קיך פאר די פרעמדע ײדן. לײטער פון דער קיך איז געװען דוד דער בײטלמאכער. ביז העלפט 1941 האבן ײדן אין לוקאװ געלעבט מער װײניקער נארמאל. די אמתע ײדישע צרות האבן זיך אנגעהויבן מיטן אנפאל פון די דײטשן אויף רוסלאנד.

passage_e69d2e6a1c7176b53c6e62ed
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1903-2491

אנגעהויבן האט זיך מיט א באפעל, אז אלע ײדן אין עלטער פון 17 ביז 50 יאר זאלן זיך צושטעלן אויפן מארקפלאץ. פון דארט האט מען זיי געשיקט אין גרופעס אויף צװאנג־ארבעט. איצ ארבעטס־פלאץ איז געווען אין לאפיגוז. אין די קאשארן, א צווייטע ארט פץ צװאנגס־ארבעט האט זיך געפונען אין ראגאזשניצע, נעבן מעזריטש. אין ראגאזשניצע בין איך געווען אן עדות װי מען האט דערשאסן עטליכע ײדן: לײבל קארפענקאפ, יעקב פלײשהאקער און שמואל לימעראװיטש (דער קצב). זעענדיג װאם דארט קומט פאר, בין איך אנטלאפן פון לאגער און צוגעקומען קיץ לוקאװ. מען 316

passage_a6f9ea5cb9745c41edecc694