סםר לוקאו ו 27 האט געפאדערט, מען זאל לערנען מיט קינדער תנ״ך, לשון קודש, דקדוק (גראמאטיק) און חשבון. ער האט נישט געהאלטן פון דעם דעמאלטיקן שטייגער, אז מען זאל אנהייבן לערנען מיט קינדער גמרא און יור ה דעה. ער האט געהאלטן, אז איידער א יינגל הויבט אן לערנען גמרא, זאל ער געשטעלט ווערן צו אן עקזאמען פון דריי תלמידי חכמים. זיי וועלן דארפן פעסטשטעלן, אויב ער איז פעיק צו לערנען גמרא. ער האט אויך געפאדערט, אז ווען דאס יינגל גרייכט דעם עלטער פון 14 יאר, און ער האט נישט באוויזן צו דערגרייכן גוטע רעזולטאטן אין גמרא, זאל מען אים ליבערשט לערנען א פאך אדער אפגעבן צו ווערן א משרת צו א סוחר, ד. ה. לערנען מסחר. דאס איז זיכער געווען א געוואגטער צוגאנג צו דערציונגס־פראבלעמען אין יענע צייטן. ווען איז ב״ח אנגעקומען קיין לוקאוו? ליידער האבן מיר נישט קיין גענויע דאטעס. מיר קענען בלויז משער זיין. מירן זיך דערמאנען אין דער שאלה, וואס לוקאוו האט געפרעגט דעם מהר״ם מלובלין וועגן דעם פלאץ פון דער אפגעברענטער שול. ווען איז די שול אפגעברענט געווארן? די תשובה פון מהר״ם איז אן דאטע. אבער עס קען נישט געמאלט זיין, אז די שריפה איז פארגעקומען אין די לעצטע יארן פון דעם מהר״ם, פשוט דערפאר, ווייל דער מהר״ם איז נפטר געווארן אין 1610. ד. ה. אז דער ב״ח איז אלט געווען 55 יאר. אין דער צייט איז ער שוין געווען אין פוילן. ווי געשיקט זיך עס, אז די לוקאווער קהילה האט נישט געשיקט צו אים די
שאלה? איז ער דאך געװען זײער רב אמאל. מוזן מיר אננעמען, אז דאס האט געקענט געשען, איידער דער ב״ח איז געװארן רב אין לוקאװ. אדער דאס איז געשען אין זיץ גאר יונגן עלטער אין די יארן, װען דער מהר״ם איז געװען צום ערשטן מאל אין לובלין אין די יארן 1585—87 (פון דארט איז ער גערופֿן געװארן קיץ קראקע און אין 1613 איז ער צוריקגעקומען קיץ לובלין). קומט אויס, אז דער ב״ח איז געװען רב אין לוקאװ אין די יארן 1585—1587 און אלס יונגער רב געשיקט די שאלה צום מהר״ם, אדער דער ב״ח איז געװארן רב באלד נאך דעם. מיר װײסן, אז דער ב״ח איז געווען רב אין א צאל קהילות, און װי עס שײנט, איז לוקאװ אדער פרוזשאנע געװען זײן ערשטע רבנות. פון לוקאװ — צי פרוזשאנע — איז ער אריבער אין גרעסערע קהילות, פאר יענער צײט, װי לובאמיל, מעזשביזש, שידלאװ און בעלז. ער זיצט בלויז צו עטליכע יאר אין די דאזיקע שטעט, װי דער שטייגער איז — נישט אן מחלוקת. אין 1601 ווערט ער רב אין דער גרעסטער ליטװישער קהילה — בריסק (דער צענטער פון דעם ליטווישן יידנטום אין יענער צײט) אויפן ארט פון זײן רבי׳ ר׳ פייבוש וועלכער ווערט רב אין קראקע. װען ר׳ פייבוש איז נפטר געווארן ווערט דער ב״ח פארבעטען צו פארנעמען דעם שטול פון דעם קראקעווער רבנות. דאדט פארבלייבט ער ביז זיץ פטירה אין 1640 דת״).
דער ב״ח האט געשפילט א גרויסע ראלע אויף די צוזאמענפארן פון וע״ד ד׳ ארצות אין שע״א (1611) ווען די רבנישע וועלט איז געווען שטארק צעטיילט איבער א גט/