Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 31
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1436

סםר לוקאוו 27 האט געפאדערט, מען זאל לערנען מיט קיגדער תנ״ך, לשון קודש, דקדוק (גראמאטיק) און חשבון. ער האט נישט געהאלטן פון דעם דעמאלטיקן שטײגער, אז מען זאל אנהײבן לעדנען מיט קינדער גמרא און ױרה דעה. ער האט געהאלטן, אז אײדערא ײנגל הױבט אן לערנען גמרא, זאל ער געשטעלט װערן צו אן עקזאמען פון דרײ תלמידי חכמים. זײ װעלן דארפן פעסטשטעלן׳ אויב ער איז פעיק צו לערנען גמרא. ער האט אויך געפאדערט, אז ױען דאס ײנגל גרײכט דעם עלטער פון14 יאר׳ אוז ער האט נישט באװיזן צו דערגרײכן גוטע רעזולטאטן אין גמרא, זאל מען אים ליבערשט לערנעןא פאך אדער אפגעבן צו װערןא משרת צוא סוחר, ד. ה. לערנען מסחר. דאס איז זיכער געװעןא געװאגטער צוגאנג צו דערציונגס־פראבלעמען אין יענע צײטן. װען איז ב״ח אנגעקומען קײן לוקאװי לײדער האבן מיר נישט קײן גענויע דאטעס. מיר קעגען בלויז משער זײן. מירן זיך דערמאנען אין דער שאלה, װאס לוקאװ האט געפרעגט דעם מהר״ם מלובלין װעגן דעם פלאץ פון דער אפגעברענטער שול. װען איז די שול אפגעברענט געװארן? די תשובה פון מהר״ם איז אןא דאטע. אבער עס קען נישט געמאלט זײן, אז די שריפה איז פארגעקומען אין די לעצטע יארן פון דעם מהר״ם׳ פשוט דערפאר׳ װײל דער מהר״ם איז נפטר געװארן אין 1610. ד. ה. אז דער ב״ח איז אלט געװען55 יאר. אין דער צײט איז ער שוין געװען אין פוילן. װי געשיקט זיך עס, אז די לוקאװער קהילה האט נישט געשיקט צו אים די

passage_3c13591ae26a0cf3c9e56294
Passage 2normalized OCR · source chars 1438-2754

שאלה? איז ער דאך געװען זײער רבא מאל. מוזן מיר אננעמען, אז דאס האט געקענט געשען, אײדער דער ב״ח איז געװארן רב אין לוקאװ. אדער דאס איז געשען אין זיץ גאר ױנגן עלטער אין די יארן, װען דער מהר״ם איז געװען צום ערשטן מאל אין לובלין אין די יארן 87—1585 (פון דארט איז ער גערופן געװאת קיץ קראקע און אין1613 איז ער צוריקגעקומען קיץ לובלין). קומט אויס, אז דער ב״ח איז געװען רב אין לוקאװ אין די יארן 1587—1585 און אלס ױנגער רב געשיקט די שאלה צדם מהר״ם, אדער דער ב״ח איז געװארן רב באלד נאך דעם. מיר װײסן, אז דער ב״ח איז געװען רב איןא צאל קהילות, און װי עס שײנט, איז לוקאװ אדער פרוזשאנע געװען זײן ערשטע רבנות. פון לוקאוו— צי פרוזשאנע— איז ער אריבער אין גרעסערע קהילות, פאר יענער צײט׳ ווי לובאמיל׳ מעזשביזש׳ שידלאוו און בעלז. ער זיצט בלויז צו עטלעכע יאר אין די דאזיקע שטעט, ווי דער שטייגער איז— נישט אן מחלוקת. אין1601 ווערט ער רב אין דער גרעסטער ליטװישער קהילה— בריסק (דער צענטער פון דעם ליטווישן יידנטום אין יענער צײט) אויפן ארט פון זײן רבין ר׳ פײבוש וועלכער ווערט רב אין קראקע. ווען ר׳ פייבוש איז נפטר געווארן ווערט דער ב״ח פארבעטן צו פארנעמען די שטול פון דעם קראקעווער רבנות. דאדט פארבלײבט ער ביז זיץ פטירה אין1640 דת״).

passage_bedb31dfb4ce65b762e45323
Passage 3normalized OCR · source chars 2756-2922

דער ב״ח האט געשפילטא גרויסע ראל אויף די צוזאמענפארן פון ועד ד׳ ארצות אין שע״א (1611) ווען די רבנישע וועלט איז געװען שטארק צעטיילט איבערא גט/

passage_5f2d4ef7699460d16bc92db5