ססר לוקאו ו 321 אין װאלד האט זיך געפונען די משפחה פון סענדער רענדל. זי איז באשטאנען פון 6 פערזאן. זוכנדיק עסנװארג האבן זיי איין מאל באגעגנט דעם גאיאװי (װאלד־שומר) אמזיי האבן מיט אים אפגעמאכט ׳אז ער װעט זיי צושטעלן עסן און די װעל ן אים גוט באצאלן. זיי האבן אים אויך צוגעזאגט א גאלדענעם זײגער. דער װאלד־שומראיז כלומרשטאװעק ברענגען די שפײז־פראדוקטן און 2 פערזאן פון דער משפחה זענען דערװײל אװעק זוכן שפית אויף אן אנדער ארט • אנשטאט עסן האט דער װאלד־שומ ר געבראכט באנדיטן פון א.ק. און מען האט די ײדן דערהרגעט אויף א ברוטאלן אופן. די צװײ פון דער פאמיליע״ װאס זענען אװעק, דוד רענדל מיט א קװין פון קאצק - אברהם, זענען צוריקגעקומען און דערזען דעם חורבן. ביי די ארטיקע פאליאקן האבן זײ זיך דעחװסט װער עס איז געװען דער איניציאטאר פונעם מארד. זײ האבן זיך דערשלאגן צו אונז א דאנק דעם, װאס די פויערים האבן זיי געזאגט, װו עס געפינען זיך ײדן אין די װעלדער. זײ האבן אונז דערצײלט װעגן דעם מארד און מיר האבן באשלאסן צו נעמען נקמד״ די גאנצע געגנט זאל ציטערן פאר אונדז, און זאלן זי נישט מײנען, אז אונדזער בלוט איז הפקר.
אין דער זעלבער װאך זענען אונדזערע חברים הענעך נארמאן, ױסף ליתער װישניע, ראובן װײסבוים (באבעניקער), יחיאל האנטשטאק, לײב בארנשטײן ארײן צום ״גא־ יאװע״ אין שטוב און דערשאסן דעם װאלד־שומר מיט זײן זון. זײ האבן צונויפגערופן די שכנים און זײ געמאלדן, אז דאס איז א נקמה־אקט פארן מארד איבער דער משפחה רענדל. א גרופע באװאפנטע ױנגעלײט פון לוקאװ האבן זיך געטראפן מיט א גרופע בא־ װאפנטע פאליאקן, װאס האבן זיך פארגעשטעלט אלס קעמפער קעגן די דײטשן. די פאליאקן האבן פארגעלײגט, אז די ײדן זאלן זיך פאראײניקן מיט זײ, כד י צװאמע ן ארויסצוטרעטן קעגן די דײטשן. די נאױוע ײדישע ײנגלעך האבן געגלײבט און אנגענו־ מען דעם פארשלאג. בײ נאכט, װען די ײדישע ױנגעלײט זענען געשלאסן, האבן די פאליאקן זײ דערמארדעט. בלויז 2 פון זײ — ראובן װײסבוים און נאטע קאראסיק — איז געלונגען צו אנטלויפן. פון די דערהרגעטע געדענק איך די נעמען (יחיאל האנט־ שטאק, ערליך.
עטלעכע חדשים פאר דער באפרײונג פלעגן מיר קויפן עסנװארג בײ א פאליאק מאכניאק, װאם האט געװוינט אויף די גלינקעם, אויפן װעג קײן לאזי. ער איז געװען א גערטנער. אײן מאל האט ער אונדז געזאגט, אז בײ אים איז געװען א 13־יאריק ײנגל פון דער משפחה פרענגלער און אים געבעטן, אז ער זאל דאם ײנגל פארבינדן מיט אונס. אויף צו מארגנם, צו דער באשטימטער צײט, האבן מיר זיך געטראפן מיטן ײנגל. דאם איז געװען אהרעלע, דער זון פון דוד פרענגלער. דאם ײנגל האט אונדז דערצײלט, אז די גאנצע משפחה פרענגלער, 13 פערזאן, זענען באהאלטן אין דער ציגעלניע בײ א פאלקם־ דײטשקע מיטן נאמען םטאניסלאװא, און זײ זענען אײנגעשטעלט מיטן לעבן, װײל אין שכנות מיט זי װוינט א פאליאק, ״יוזשע ק דער קוימענקערער״, װאס איז א מיטארבעטער אין דער געםטאפא. אט דער יחשעק דראט, אז ער װעט אויסגעב ן די משפחה פרעגגלער .