Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 32
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1228

28 ססר לוקזןוו װאם דער לעמבערגער ראש ישיבד״ ר׳ יהושע וואלך (באקאנט אלם ״פני יהושע׳) האט מםדר געװען און דער מהר״ם האט געפםלט. איז דער ב-ח געשטאנען אויף דער זײט פונעם ״פני יהושע״ צוזאמען מיט דער מערהײט רבנים. דער ב*ח האט דעמאלט געװאגט שטארק אנצוגרײפן דעם גרויםן מהר׳׳ם, װעלכער איז אויך געװען פיל עלטער פון אים. הרב יעקב״ מיר װײםן נישט גענוי װער ער איז געװען, אבער שוין דער פאקט, װאם ער איז געװעןא מחותן פון דעם מהר״ם מלובלין, באװיתט, אז ער איז געװען פון די חשוכע און אנגעזעענע רבנים און פוןא חשובער משפחה. אויך װײםן מיר פוןא שאלה, װאם ער און זײן בית דין האט געשיקט צום מהר״ם, אז ער איז געװען רב אין לוקאװ. אין דער דאזיקער תשובה י■ זעען מיר, אז דער מהר״ם האט אים שטארק מכבד געװען. ער איז נפטר געװארן אין שם״ט (609נ)י■ דער מהר״ם לײגט אוים זײן נאמען יאקב און לוקאװ שרײבט ער לוקאב. ווידערא מאל פעלט די דאטע. װי עם שיינט אבער, האבן די צװיי רבנים זיך געמוזט משדך זײןא םך פריער. װארעם שם״ט איז מהר״ם געװען אין קראקע. ם׳איז מעגלעך, אז די משפחה־פארבינדונג צװישן די צװיי רבנים איז פארגעקומען, װען דער מהר״ם איז געװען אין לובלין אין די יארן 1587—1585.

passage_3ea50ab9518d936fed3ca209
Passage 2normalized OCR · source chars 1230-2358

הױת װי ער װערט באצײכנט אלם אב״ד פון לוקאװ, איז אנצונעמען, אז דאם איז געװען זיץ לעצטע רבנות און ער איז דארט געשטארבן. אויך איז זיכער, אז ער איז געװען רב נאך דעם ב״ח, מעגלעך באלד נאך אים, אבער דאם איז שװער פעםט־ צושטעלן. הרב צבי הירש, נפטר געװארן כ״ב תמוז שפ״ו (1626) י׳■ עם איז זייער װארשײנלעך, אז ער איז געװארן רב נאך דעם אויבנדערמאנטן ר׳ יעקב. װארעם רבנים פלעגן בײטן פלעצער נאך יעדע עטלעכע יאר. אבער דאם איז נישט קײן געזעץ. טײל מאל האבן רבנים נישט געװאלט בײטן זײער רבנות זײענדיק צופרידן מיט די שטאט־מענטשן און מחמת אנדערע םיבות. הרב צבי הירש איז געװעןא גרויםער יחםן. זײן פאטער הרב פישל איז געװען בריםקער רב, װאם איז דעמאלט געװען דאם גרעםטע רבנות אין ליטע. ער איז געװען אן איידעם ביים בארימטן ר׳ שלמה לוריא (באקאנט אלם מהרש״ל) לובלינער רב. ר׳ פישל איז נפטר געװארן אין ירושלים אין יאר שמ״ט (1589).'■ ם׳איז קלאי־. אז לוקאװ האט זיך געמוזט רעכענען פארא װיכטיק רבנות. װארעם מיט אזא יחום האט הרב צבי הירש זיכער געהאט אלע מעגלעכקייטן צו פארנעמעןא חשובע רבנות־ שטעלע.

passage_3a2dfc9bdb79ea27e0c1bffa