Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 32
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1228

28 ססר לוקזנװו װאם דער לעמבערגער ראש ישיבה ״ר׳ יהושע וואלק (באקאנט אלס ״פני יהושע׳) האט מסדר געווען און דער מהר״ם האט געפסקלט. איז דער ב״ח געשטאנען אויף דער זײט פונעם ״פני יהושע״ צוזאמען מיט דער מערהײט רבנים. דער ב״ח האט דעמאלט געװאגט שטארק אנצוגרײפן דעם גרויסן מהר״ם, װעלכער איז אויך געװען פיל עלטער פון אים. הרב יעקב מיר װײסן נישט גענוי װער ער איז געװען, אבער שוין דער פאקט, װאם ער איז געװען א מחותן פון דעם מהר״ם מלובלין, באװײזט, אז ער איז געװען פון די חשובע און אנגעזעענע רבנים און פון א חשובער משפחה. אויך װײסן מיר פון א שאלה, װאם ער און זײן בית דין האט געשיקט צום מהר״ם, אז ער איז געװען רב אין לוקאװ. אין דער דאזיקער תשובה זעען מיר, אז דער מהר״ם האט אים שטארק מכבד געװען. ער איז נפטר געװארן אין שם״ט (1609). דער מהר״ם לײגט אויף זײן נאמען יעקב און לוקאװ שרײבט ער לוקאװ. ווידער א מאל פעלט די דאטע. װי עס שײנט אבער, האבן די צװײ רבנים זיך געמוזט משדך זײן א םך פריער. װארעם שם״ט איז מהר״ם געװען אין קראקע. ם׳איז מעגלעך, אז די משפחה־פארבינדונג צװישן די צװײ רבנים איז פארגעקומען, װען דער מהר״ם איז געװען אין לובלין אין די יארן 1587—1585.

passage_3ea50ab9518d936fed3ca209
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1230-2358

הױת װי ער װערט באצײכנט אלם אב״ד פון לוקאװ, איז אנצונעמען, אז דאם איז געװען זיץ לעצטע רבנות און ער איז דארט געשטארבן. אויך איז זיכער, אז ער איז געװען רב נאך דעם ב״ח, מעגלעך באלד נאך אים, אבער דאם איז שװער פעםט ־ צושטעלן. הרב צבי הירש, נפטר געװארן כ״ב תמוז שפ״ו (1626) י׳ ■ עם איז זײער װארשײנלעך, אז ער איז געװארן רב נאך דעם אויבנדערמאנטן ר׳ יעקב. װארעם רבנים פלעגן בײטן פלעצער נאך יעדע עטלעכע יאר. אבער דאם איז נישט קײן געזעץ. טייל מאל האבן רבנים נישט געװאלט בײטן זײער רבנות זײענדיק צופרידן מיט די שטאט־מענטשן און מחמת אנדערע סיבות. הרב צבי הירש איז געװעען א גרויסער יחסן. זײן פאטער הרב פישל איז געװען בריםקער רב, װאם איז דעמאלט געװען דאם גרעםטע רבנות אין ליטע. ער איז געװען אן איידעם בײם בארימטן ר׳ שלמה לוריא (באקאנט אלם מהרש״ל) לובלינער רב. ר׳ פישל איז נפטר געװארן אין ירושלים אין יאר שמ״ט (1589).' ■ ם׳איז קלאי־ . אז לוקאװ האט זיך געמוזט רעכענען פאר א װיכטיק רבנות. װארעם מיט אזא יחוס האט הרב צבי הירש זיכער געהאט אלע מעגלעכקייטן צו פארנעמען א חשובע רבנות־ שטעלע.

passage_3a2dfc9bdb79ea27e0c1bffa