Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 332
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1236

מאטל פעלדמאן די ערשטע אקציע פון זוכן, געװער ״ אין א רעגנדיקן נאוועמבער־טאג, 1939, א זייגער 10 אין דער פרי, איז דאס שטעטל געווארן ארומגערינגלט פון שטורעם־אפטיילונגען, אנגעפירט פון די געסטאפא־ לײט, װאם זענען מיט עטליכע טעג צוריק געקומען קײן לוקאװ, כדי צוצוגרײטן די אויסראטונג פון די ײדן. מיט א ברוטאלן אימפעט און חיהשע געשרײען האבן זיי דורכגעפירט רעװיזיעס אין אלע היתער. יעדע אזא גרופע איז באשטאנען פון 5 זעלנער און אײן געסטאפא. דאס איז געװען אן אקציע פון זוכן געװער ביי ײדן. רעװידירנדיק ביי אונז דעם בוידעם, האבן זיי דארט געפונען צוויי קאסטן ביכער און זשורנאלן. נאד מיט א װאד צוריק האב איך מײן פרױואטע ביבליאטעק ארײנגעפאקט אין די קאסטן א װ באהאלטן אויפן בוידעם ביי מײן געװעזענעם שװער אלעזר װאקסמאן. ארײנקוקנדיק אין די ביכער און זשורנאלן, האבן די חיטשן געטענהט, אז דאס איז אנטיהיטלעריסטישע גרויל־פראפאגאנדע. אין די אילוסטרירטע זשורנאלן, װאס זיי האבן געסונען, זענע ן געװען פאטא־בילדער, װי אזוי די היטלעריסטן פײניקן ײדן. זיי האבן מיד געהײסן גײן מיט זײ, איד האב געװוינט אויפן ערשטן שטאק. אין פארטער האט געװוינט מײן געװע־ זענער שװאגער, דער לוקאװער רב אהרן נאטע פרײבערג ע״ה. װען מיר זענע ן

passage_718cb31f770914d9118c6a6f
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1238-1981

אראפאוגט זאװ געװארט אויפן פארטער, האטמידיעער פון די זעלנער געפרעגט, װאם מיין באשעפטיקונג איז • ײע זיד האב געזאגט, אז איך בין א דרוקער, האט ער ארויםגענומען א מיטגליד־קארטע פון א ױיטשן דרוקער־ארבעטער־פאראי װא װזיד אנגערופן 1 ״דו ביסט א קאמעראד, גײ שנעל ארויף צוריק און פארברען די ביכער. אויב מען װעט זײ טרעפן ביי דיר, װעט מען דיך דערשיםן״. דרײ טעג און דרײ נעכט האב איך געברענגט די ביכער, װאס איך האב אנגע־ זאמלט אין משדפמיאח. דעחױיל האט מען בײם רב אין הויז אװעקגערוקט פון די װענט די םפרים־ שענק און צעװארפן אלע ספרים. זײ האבן ארױסגענומען ח צװײ ספרי־תורה םא װ ױי געװארפן אױף דער ערד. בײם רב פלעגט מען דאװענען בציבור שבת אװ ױם־טוב. 328

passage_1e8883e7d6d64e086c592c91