סםר לוקאו ו 329 צום אומגליק האבן זיי געפונען אונטער א שאנק א לאנגן שארפן חלף. מסתמא האט א שוחט אים געבראכט צום רב בודק דץ. מער האבן די דייטשן נישט געדארפט. די האבן דאך בײם רב געפונען ״געװער״! באלד האבן זיי געבראכט צוויי װאגנס. מען האט ארויפגעלייגט אויף די אלע ספרים/ און פון סאמע אויבן — די צוויי ספרי־ תורהם. דעם רב האבן זיי באפוילן אנטאן דעם װייסן קיטל און צעקעמען די גמי־ שװארצע לאנגע בארד. די האבן אים אוועקגעשטעלט בײ דער טיר און געהײסן אים צעשפרייטן די הענט. אין דרויסן האט געגאסן א רעגן׳ דער װינט האט געיאגט׳ א װ דער רב איז געשטאנען מיט צעשפרייטע הענט. די געסטאפא־לײט האבן זיך געגרײט אים צו דערשיםן, נאכן דעם׳ װי זיי וועלן מאכן די בילדער פון אט דעם געשעעניש. על פי נס איז אנגעפארן אויטא מיטן אנפירער פון געסטאפא. דערזעענדיק דאס בילד, האט ער זיך אפגעשטעלט און געפרעגט, װאס דא קומט פאר. ער איז ארײן צום רב אין שטוב און זיך אויסגעפרעגט זײן װײב װעגן דער גאנצער געשיכטע. זי האט אים אויפגעקלערט, װאם אזוינס עס איז א חלף און צו װאס עס דינט. ער איז תיכף ארויס אין דרויסן און ארײנגעפירט צוריק דעם רב. ער האט באסוילן צוריק ארײננעמען די ספרים און די ספרי־תורהם. אזוי ארום איז דער רב דאן געראטעװע ט געװארן פון א זיכערן טויט. אבער נאכן איבערלעבן די עטליכע מינוט טויטשרעק האט ער שוין נישט געקאנ ט קומען צו זיך.
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1396
passage_88ccece80b94736b1cb8691b
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1398-1563
צוזאמען מיט אלע לוקאװער ײדן איז אונדזער רב ר׳ אהרן נאטע אומגעקומען אויף קידוע ז השם . בײם םויער ם װ מאגיםםראם , װו ע ם פלעגן סארקוגען די משיםונגען
passage_15e839cb03fb9b3b9846548c