Original scan
Original memorial-book scan 339
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1085

םםר לוקאו ו 335 מיט צוקער און געהײמען ארײנגײן אין טויער פון יחיאל פון האלץ. צוזאמען מיט אים איז אויך געװען פסח טשוכערם א ײנגעלע, יאנקעלע • און מיר אלע זענען אװעק׳ און די קינדער זענען דארט געבליבן. מיר האבן געמײנט, אז א גוי װעט אפשר אויף זײ רחמנות האבן און זײ נעמען צו זיך. אויפן װעג צום חזיר־מארק האב איך זיך מײשב געװען און כ׳בין ארײץ צו װאצעקן אין קלאזעט און כ׳בין דארט אפגעזעסן א פאר שעה. שפעטער איז געקומען אדם און האט מיך פון דארט ארויםגעטריבן. בין איך געגאנגען אויפן חזיר־מארק. דארט האט מען אפגעטײלט די ױנג פץ די אלטע, פרויען און קינדער און איבער די יונגע האט מען געשטעלט די שטארקםט ע װאך. אײנער פון אונדז האט געדארפט טאן א מענטשלעך געברויך. ער האט געהײמען יאנקל שפיגלמאן. איז ער אפגעגאנגען אין א זײט. דער שטורמפירער האט דאס דערזען, האט ער ארויסגענומען זײן רעװאלװער. יאנקל איז צוריק ארײץ אין דער מאמע, אבער דער דײטש האט אים געהײמען ארויםגײן ״װידער שײםך און װען יאנקל איז אװעק האט ער אים געשאסן פון הינטן גלײך אין קאפ ארײן.

passage_18f79ad876f2db8d83f7a4f2
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1087-2471

אין א װײל ארום האט דער דײטש זיך געװענדט צום םארזיצער פון ױדענראט, הערש לײזער לענדער, אז ער זאל צונויפזאמלע ן א גרויסע םומע געלט. לענדער האט אנגעהויבן, צוזאמען מיט שװאגער, צונויפזאמלע ן דאם געלט. מיר האבן לענדערן גע־ פרעגט, צי דאם געלט װעט אונז אויסלײזן, אבער ער האט אויף דעם קײן ענטםער נישט געהאט. און דאם געלט איז געשאפן געװארן. אין א פאר מינוט ארום איז אנגעקומען דער קאמענדאנט בירגעד. ער האט לענדערן געהײםן ארויסגײן פון פלאץ, אבער דערויף האט אים לענדער געװיזן, אז דארט, אויפן פלאץ, האט ער זיץ גאנצע משפחה. דערבײ האט ער דערצײלט, אז מען הײםט אים צונויפזאמלען און געבן א גרויסע םומע געלט. בירגער איז דען צוגעגאנגע ן צום שטורמ־ פידער און אים געפרעגט צי ער האט רעכט צו נעמען געלט. דער שטורמפירער איז ארײנגעפאלן אין א רציחה. ער האט צוגערופ ן הערש לײזער לענדערן און אים גענומען זידלען און שרײען, אז ער װעט אים, צוזאמען מיט ביר־ גערן, באלד דערשיםן. ער האט אים באפוילן זיך אװעקצושטעלן בײם בײדל און עד האט אים דערשאםן. װי הערש ליתערם שװאגער האט דאם דערזען, האט ער דאם גאנצע געלט, װאם איז געװען בײ אים אין האנט, צעריסן אויף שטיק־שטיקלעך און דערגאך האט ער זיך געװארפן אויפן שטורמפירער אץ אים גענומען װערגן. די ארומיקע דײטשן האבן דעם שװאגער דערשאםן, און אזוי ארום האט מען אויך דערשאםן א םך אנדערע ײדן •

passage_6c42bc973c2b2b3aea7b785b
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2473-2670

דעמאלט איז פון לוקאװ אנגעפארן א פאנצער־אויטא מיט באװאפנטע באנדיטן, אמעמעצער האט פון דארט ארויםגעשריגן דורך א הילכער, אז מען טאר נישט שיםן... אויםמנופען דורך שמואל הובערמאן

passage_2f6bd9c921d4ca0d955c6493