Original scan
Original memorial-book scan 338
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1126

334 םסר לוקא װ ם׳איז געויא ח א בהלה. באל דזעגן געקומען הויכע פאליצײ־אפיצידן און אנגעהויבן פארשן. מען האט חשד געהאט, אז מיר האבן אים דערהרגעט. א פאליאק האט עדות געזאגט, אז מיר זענען נישט שולדיק, און דאם האט אונדז געראטעוועט. נאך דעם םאל האט מען אונדז איבערגעפירט ארבעטן אין דער פירמע רעקמאן, װאם האט געבויט װינטער־רעמיזעס אויף צו רעפעריח באן־װאגאנען און לאקאמאטיוו. מיר האבן געלאח צעמענט. אײן מאל, װען מיר זענען געװען 6 פערזאן בײם לאדן דעם צעמענט, איז אײנגעפאלן א װאנט און צװײ פמ אונז זענען דערהרגט געװאח. דאם זענען געװע ן < מאיר קודי דעם געלנם א זון און ױדל, משה פארטשס א זון. אין אנהײב 1942, בעת דער ״פוטער־אקציע״ האט מען דערהרגעט מאלע יחיאלס פון האלץ (ראזענבלום) און שעפםל נאשעלםקי דערפאר, װײל מען האט זײ געזען טראגן היטלען בײ דער ארבעט. מיט עטלעכע טעג שפעטער האבן זיך ארײנגע־ריסן א גרופע פאליציאנטן און פארטואלדיקט בײ 20 ײדישע פרויען. שמואל שטײנבערג, א שוםטער, האט זיך אקעגנגעשטעלט װען מען האט געפרװו ט פארגװאלדיקן זים פרײ׳ און מען האט אים דערהרגעט אויפן ארט מיט א האמעד.

passage_e8144ef13cbbf837d50b1981
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1128-2280

שפעטער איז געקומען די ״גאלד־אקציע״. די דײטשן זענען אװעק צום פאחיצער פון ױדענראט, לענדער, און באפוילן אים צו שאפן א םכו ם גאלד. ווען די דײטשן האבן נישט באקומען צום טערמין דעם באשטימטן םכו ם גאלד, האבן זײ געכאפט ײדישע סרויען אויפן זשעלעכאװער וועג און געהײסן זײ אויסטאן זיך נאקעט. דאס איז געװען אום װינטער און געשען איז עס אױך אין א מארק־טאג, װען אין דרויסן איז געװען פול מיט פױערים. דאן האט מען געבראכט פריזיעד ם און מען האט די פרויען אויסגעגאלט די האר. דעמאלט איז געקומען צו לויפן לענדער מיטן גאלד. דער דײטש האט צוגענומען דאס גאלד׳ אבער ער האט װײטער געהײסן גאלן די פרויען ״בײ אונז מוז ארדנונג זיץ״ — האט ער געזאגט. שמחת תורה 1942 זענען געקומען די באנדיטן אומברענגען דאס ײדישע לעבן אין לוקאװ. בײם מיעכאװער רבין האבן ײדן געטאנצט לכבוד דער תורה. מיר, די ױנגע, זענען געקומען צו לויפן און געשריגן, אז די דײטשן זענען געקומען און ארויםענדיקן. דער רבי האט זיך געװענדט צו אונז און געזאגט, אז מיר זאלן נישט שטערן, װײל די טאנצן זייער לעצטן טאנץ, דער רבי האט אונז צוגעזאגט, אז ער װעט נישט פארברענ ט װעח•

passage_73b457c7c2e74f057e706ac1
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2282-2755

צו מארגן האט זיך אנגעהויבן די ״אקציע״ אם מען האט גענומען טדײבן די ײדן פמ די שטובן. דער מיעכאװער רבי איז נישט געגאנגען. ער איז געשטאנען אין זיין טלית און אין קיטל׳ אם אזוי האבן אים די דײטשן דערשאםן אויפן ארט. מיר, אלע ײדן, זענען אנגעקומען צום פלאץ אויפן חזיר־מארק. ...און מיץ שװעסטער, רבקה, האט גענומען איר קלײן מײדעלע אין א קאץ אם געטראגן עס אויף דער פלײצע. איר זונעלע, ױםף, האב איך געגעבן א שטיקל ברויט

passage_58486f5fbb589036d4b25b00