קײן טרעבלינקע (א נ א ג י ם) אין א פוילישער שטאט, גטנץ פרי פארטאג. הערט מען א געשרײ, א יאמער, א קלאג, מענטשן האלב משוגע, די שרעק איז גרויס. פלוצלינג הערט מען: ״ױדן ארוים״! זשאנדארן, פאליצײ, אוקראינער פיל, צו מארדן די ײדן — דאם איז זײער ציל. זײ מארדן און שלאגן, א מורא, א שרעק, מען פירט די ײדן צום באן אװעק. און באשרײבן קען מײן פעדער, װי עס דרײען זיך די רעדער. די װאגאנען זענען פיל. דארט פירט מען ײדן אוין ן קידוש השם — קײן טרעבלינקע, קײן טרעבלינקע. און אונדזערע ברידער פון יענער זײט ים, זײ קענען נישט פילן אונדזער ביטערן טעם, זײ קענען נישט װיסן אונדזער ביטערע נויט, אז מיר דערװארטן יעדן טינוט דעם טויט. די מלחמה װעט דאך אײן מאל נעטעזם עק ׳ די װעלט װעט דערפארן דעם גרויזאמען שרעק. אנגעפילט מיט װײטיק איז דאם ײדישע הארץ. װער קען דעם פילן אונדזער שמארץ. טײכן טרערן װעלן רינען ׳ װען מען װעט א מאל געפינען דאם גרעםטע קבר פון דער װעלט — דארט רוען ײדן מיליאנען פיל — אין טרעכלינקע, אין טרעבלינקע. איבערגעשריבן - לײכל שליטערמאדטראץ 336
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1066
passage_b5e632cea2ebc7ca77a93160