משה פעלצמאן די חרובֿע הײם בעת די היטלעריסטן זענען אנגעפאלן אויף פוילן, האבן מיר געוווינט אין װארשע. נאך די שרעקלעכע באמבארדירונגען פון דער הויפשטאט, װען די דײטשן זענען ארײן אהין און אנגעהויבן די ערשטע שיקאנעס קעגן ײדן, האב איך, מיט נאך באקאנטע פון לוקאװ, באשלאסן אװעקצוגײן אויף מזרח, אין ראטן־פארבאנד. מיר האבן געדונגען א פורל, װאס האט אונדז געדארפט ברעגגע ן קי ץ שעדלעץ, איך פארבינד זיך דעם קאפ מיט א באנדאזש. דאם פארמאסקירט מײן ײדישן אויסזען. אויף די װעגן פלעגט מען אראפשלעפן ײדן און מען האט זײן שוין מער צוריק נישט געזען. נאך 4 טעג קומען מיר אן קײן לוקאװ. די רויטע ארמײ איז נאר װאם געהאט אװעק און מיטגענומען מיט זיך די חאײנעם, װאס האט נאר געװאלט אװעק פון לוקאװ. עם זענען אבער אװעק בלױז א קלײנער טייל, סימפאטיקער פון ראטן־פארבאנד, די דײטשן זענען װידער אין לוקאװ. דאם מאל האבן די פון אנהײב זיך אויפגעפירט ״לײטיש״ און ײדן האבן געמײנט, אז פון איצט אן װעלן זײ שוין קײנעמעניש טשעפען. מײנע ברידער האבן מיד צוגערעדט, אז איך זאל בלײבן אין לוקאװ און נישט פארן װײטער. אבער נאך עטלעכע טעג האב איך, צוזאמען מיט נאך עטלעכע פרײנד, זיך געלאזן אין װעג אריץ. מיר זענען אנגעקומען קי ץ םלאװאטישי. אויף יענער זײט בו ג זענען די םאװיעטן.
מיר האבן זיך געבעטן ביי דער װאד, אז זי זאל אונז אדורכלאזן. אבער מען װיל בשום אופן נישט דערלויבן. אויף יענער זײט טײד שטײען די יינגלעד אץ מײדלעד׳ װעלכע זענען מיט א טאג־צװײ צוריק אריבער די גרענעץ. זײ רעח זיך איבע ר מיט זייערע עלטערן, װעלכע שטײען אויף דער דײטשער זײט גרענעץ, בײם בית־מדרש. אזוי ארום געזעגענען זיך זיך מיט טאטע־מאמע. בײ נאכט האט א דארטיקער פויער אונז אריבערגעשיפט אויף דער אנדערער דיט. מיר זעגן אנגעקומען אין שטעטל דאמאטשאװ. הגם ם׳איז שוין געװען שפעט ביי נאכט. זענען ח מענטשן נאד געװען אין גאם. צו מארגן זענען מיר אנגעקומען קיץ בריסק. דארט האבן מיר זיך דערװוםט, אז ח לוקאװער האבן אן אײגענעם ״שטאב״. די לוקאװער, װאם זענען מיט עטליכע טעג צוריק אװעק מיט דער רויטער ארמײ, האבן אין הויז פץ ״האיאם״ פארלײגט א בױרא, און זײ האבן אלע לוקאװער פארזארגט מיט ברױט, טאבאק אץ א ביסל געלט. 338