Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 344
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1259

340 םסר לוקא װ ײת. די נערװן זענען אנגעשטרעגגט. מיר טראכטן װעגן די, װאם מיר האבן דארט איבערגעלאזן. װאם טימער מיר פארן ארײן אין די געביטן, װאם זענען געװען אקופירט דורך די דײטשן, אלץ מער זעט מען די שפורן פון חורבן און שריפה. אויף די פארברענטע װאקזאל שמועסן מיר מיט רויטארמײער און זײ דערצײלן אונז שרעקלעכע זאכן. דעם סנטן אפריל ברענגט אונז דער צוג קײץ נידערשלעזיע, װי מען ארדנט אונז איץ אין די צעשטערטע געװעזענע דאטשע־ערטער. איך קען גישט רוען • איך װיל װאס שנעלער קומען קײן לוקאװ. מענטשן רעדן מיך אפ. אין יענע געגנטן גראסירן די א.ק.־באנדעם. זײ שלעפן אראפ ײדן פון די צוגן און הרגענען זײ. איך באשליס אבער דאך צו פארן. איך האף צו טרעפן דארט עמעסן פון מײנע נאענטסטע. איך האב זיך אפגערעדט מיט א בן־עיר צוזאמען צו פארן קײץ לוקאװ. בײ נאכט זיצן מיר אין צוג, װאם גײט קײץ לוקאװ. ארום אונז זיצן גוים מיט פינצטערע פנימער. זײ פירן גרויסע זעק מיט אגגעראבעװעטע זאכן און זײ דערצײלן זיך פארשידענע ״פרײלעכע מעשיות״ װעגן ײדן... מיר זיצן אין א װינקל פון װאגאן אויף דעם דיל. מיר װילן נישט, אז מען זאל אין אונז דערקעגען ײדן. האלבע אין דרימל גײען אויף אין זכרון מענטשן און געשעענישן פון דער קינדהײט...

passage_38815cb74f1b1774fc6dfae9
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1261-2660

װען מען רופט אויס ״לוקאװ״, דערװאך איך פון דרימל. איך דערזע דעם גוט באקאנטן לוקאװער װאקזאל װי עס װאלט דא גארגישט געשען. איך גיי ארויס פון װאקזאל אויפן גרויסן פלאץ. איך זוך די באקאנטע דאראזשקאזשעם. נישטא. אויף דער ארט שטײען עטליכע פויערישע פורלעך. מיר זעצן זיך אויף אזא פורל און הײבן זיך פירן אין שטאט אריץ. עם איז סוף אפריל. די פרוכט־בײמער בליען. די פײגל שפרינגען און שרײען. אבער אויף דער נשמה איז טחיעריק און פיגצטער. עם דאכט זיך װי מען װאלט זיך געשלעפט שעהנװײז. ענדלעך זעגן מיר אויף דער װארשעװער גאס. מען זעט נישט קיין מענטשן. א םך הימער זענען צעקלאפט, אדער זיי זענען לחלוטין נישטא. איך לויף אהײם — צו דער מעזריטשער גאס — אבער װען איך קום צום מארק, דערזע איך א לײדיקן שטח) איך זע אזש די לאנקע פון נאך דער ראגאטקע. איך גיי ארום װי א צעמישטער. איך דעדקען נישט די ערטער. װו איז געשטאנען אונחער הויזז װו איז אהיעעקומען דער סאד מיט די פרוכטבײמער; אפשר האב איך פארבלאנתשעט? אזוי דױי איך זיך אין גאס אהין אץ צוריק, װי איך װאלט פץ זינען אראפ. איך האב דאך אפגעלעבט 25 יאר אויף דעם ארט, איז מעגלעך, אז איך זאל נישט דערקענען דאס ארט? אלץ איז פארװאקסן מיט ורלדגראז. אפילו די שטײגער פון די הײף האבן אונחערע גוטע שכנים ארויסגעריסן. איך האב ארומגעבלאנקט דעם גאנצן טאג, נישט געפילט קי ץ הונגער, קי ץ דורשט.

passage_9f1f8e1638eb751926afa368
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2662-2803

איך הא בגעזוכט כאט ש א םימן, א שפו רפ ץ מײנע נאענטע... ם׳איז שױן געװען פאר נאכט•מי ץ שכ ןמאשטשיצקי איז אנגעפא הפ ץפעלד. ער

passage_955cf3b629303bcd85b37c1f