Original scan
Original memorial-book scan 347
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1160

סםר לוקןוװ 343 עס האט אנגעהויבן טאגן. מיר אמ נאך גרופעס מענטשן, פאמיליעס פון די מילי׳ ציאנערן׳ זענען געזעסן אין די װאגאנען מיט שרעק, אז די דייטשן זאלן דערוױיל נישט אריינקומען און אונדז פארכאפן. אין דער פרי, שטײענדיק בײ דער טיר פון װאגאן, האב איך דעחען׳ װי מיץ מאמע קומט אן מיט שנעלע טריט. איך האב געמײנט, אז זי װיל מיטפארן מיט אונדז און איך האב זיך זײעד דערפרײט. אבער די מאמע איז בלויז געקומען געזעגענען זיך מיט אונדז. זי האט נישט געװאלט איבערלאזן איר אײנציקע טאכטער, אונדזער שװעסטער, מיט אירע קינדער. די טרערן האבן זיך געגאסן פון מיץ מאמעס אויגן און זי האט דערביי געשעפטשעט: ״איך האב דיר געברענגט דײן טלית. דו האסט אים פארגעסן אין שטוב. נא, מיץ קינד, היט אים אפ, אץ ער װעט דיך ראטעװען פון אלע צרות״. 9 אזײגער אין דער פרי האט דער צוג גערירט. די רעדער פון די װאגאנען האבן שװער געסקריפעט. דער צוג איז געגאנגען פאמעלעך און יעדע װײלע זיך אפגעשטעלט. פון ארום הערט זיך אפטא שיסערײ. מיר דעתויסן זיך, אז אין די װעלדער דא געפינען זיך נאך פוילישע מיליטער־אפטײלונגען און זײ שיסן צו אונדזערע װאגאנען.

passage_775428f5ffdc35363758f3f1
Passage 2normalized OCR · source chars 1162-2346

ענדלעך זענען מיר אנגעקומען קיץ בריסק. דארט איז דאס סאװיעטישע מיליטער שוין געװען אײנגעפונדעװעט— לויטן דײטש־סאװיעטישן אפמאך. יעדן טאג זענען קײן בריסק אנגעקומען הונדערטער ײדן, צו פוס און אויף פויערישע פורן. זײ האבן זיך אײנגעארדנט אין די שילן, אין די בתי־מדרשים, אין לאקאל פון דער ײדישער קהילה. די אלע ערטער זענען געװען געפאקט מיט ײדישע הײמלאזע, מיט ״ביעזשענצעס״ פון די פוילישע געביטן, װאס זענען געװארן אקופירט דורך די דײטשן. אין די תדשים אקטאבער־נאװעמבער 1939, װען די דײטשן האבן שוין געהאט באזעצט דעם גאנצן אקופאציע־געביט און שוין אנגעהויבן איזדיעקעװען זיך איבער דער ײדישער באפעלקערונג, האבן נאך הונדעדטער ײדן, מערסטנטײל ױנגװארג, געװאנדערט איבער דער בוג־גרענעץ. נישט אלעמען איז געלונגען אריבערצוגײן די גרענעץ.א סך זענען נישט אדורכגעלאזן געװארן דורך די סאװיעטישע גרענעץ־ װעכטער. די נעכט זענען געװען גרויזאם־פדאסטיקע.א סך פון די פליטים זענען קראנק געװארן, און טײל פון זײ— געשטארבן. צוױשן די קרבנות האט זיך אויך געפונעןא לוקאװער מײדל, חנה גלאטשנײדער,א שװעסטער פון יצחק גלאטשנײדער (איצט— אין מדינת ישראל). זי איז פארפײיח געװאח צום טויט.

passage_a090142dddede74cd32a7da1
Passage 3normalized OCR · source chars 2348-2856

אין ױני 1940, איןא פרײטיקצונאכט, האט די סאװיעטישע ״ענקאװעדע״ גע־ מאכט אבלאװעם אויף אלע װ1ינונגען, וװ עם האבן זיך געפונען די ״ביעזשענצעם״. די אלע פליטים האט מען מיט לאסטאויטאם אפגעפירט צום װאקזאל און זײ אתינגע־ פאקט אין משא־װאגאנען. די מענטשן האט מען געשיקט אין די וױיטע רוםישע מקומות, קיץ סיביר אץ קאמי. איך האב זיך וױדער דערמאנט מיץ מאמעם טרערן אויפן װאקזאל אין לוקאװ~. נאך 6־7 טעג פארן אין די פינצטערע פארמאכטע װאגאנען, זענען מיר אנגע־

passage_19f14c7875a7cb844f0a1cf9