Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 347
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1160

סםר לוקןו װ 343 עס האט אנגעהויבן טאגן. מיר אמן נאך גרופעס מענטשן, פאמיליעס פון די מילי׳ ציאנערן׳ זענען געזעסן אין די װאגאנען מיט שרעק, אז די דייטשן זאלן דערװײל נישט אריינקומען און אונדז פארכאפן. אין דער פרי, שטײענדיק בײ דער טיר פון װאגאן, האב איך דעחען׳ װי מיץ מאמע קומט אן מיט שנעלע טריט. איך האב געמײנט, אז זי װיל מיטפארן מיט אונדז און איך האב זיך זײעד דערפרײט. אבער די מאמע איז בלױז געקומען געזעגענען זיך מיט אונדז. זי האט נישט געװאלט איבערלאזן איר אײנציקע טאכטער, אונדזער שװעסטער, מיט אירע קינדער. די טרערן האבן זיך געגאסן פון מיץ מאמעס אויגן און זי האט דערבײ געשעפטשעט: ״איך האב דיר געברענגט דײן טלית. דו האסט אים פארגעסן אין שטוב. נא, מיץ קינד, היט אים אפ, אץ ער װעט דיך ראטעװען פון אלע צרות״. 9 אזײגער אין דער פרי האט דער צוג גערירט. די רעדע פון די װאגאנען האבן שװער געסקריפעט. דער צוג איז געגאנגען פאמעלעך און יעדע װײלע זיך אפגעשטעלט. פון ארום הערט זיך אפט א שיסערײ. מיר דעתויסן זיך, אז אין די װעלדער דא געפינען זיך נאך פוילישע מיליטער־אפטײלונגען און זײ שיסן צו אונדזערע װאגאנען.

passage_775428f5ffdc35363758f3f1
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1162-2346

ענדלעך זענען מיר אנגעקומען קיין בריסק. דארט איז דאס סאװיעטישע מיליטער שוין געװען אײנגעפונדעװעט — לויטן דײטש־סאװיעטישן אפמאך. יעדן טאג זענען קײן בריסק אנגעקומען הונדערטער ײדן, צו פוס און אויף פויערישע פורן. זײ האבן זיך אײנגעארדנט אין די שילן, אין די בתי־מדרשים, אין לאקאלן פון דער ײדישער קהילה. די אלע ערטער זענען געװען געפאקט מיט ײדישע הײמלאזע, מיט ״ביעזשענצעס״ פון די פוילישע געביטן, װאס זענען געװארן אקופירט דורך די דײטשן. אין די חדשים אקטאבער־נאװעמבער 1939, װען די דײטשן האבן שוין געהאט באזעצט דעם גאנצן אקופאציע־געביט און שוין אנגעהויבן איזדיעקעװען זיך איבער דער ײדישער באפעלקערונג, האבן נאך הונדעדטער ײדן, מערסטנטײל ױנגװארג, געװאנדערט איבער דער בוג־גרענעץ. נישט אלעמען איז געלונגען אריבערצוגײן די גרענעץ. אסך זענען נישט אדורכגעלאזן געװארן דורך די סאװיעטישע גרענעץ־ װעכטער. די נעכט זענען געװען גרויזאם־פדאסטיקע. אסך פון די פליטים זענען קראנק געװארן, און טייל פון זײ — געשטארבן. צװישן די קרבנות האט זיך אויך געפונען א לוקאװער מײדל, חנה גלאטשנײדער, א שװעסטער פון יצחק גלאטשנײדער (איצט — אין מדינת ישראל). זי איז פארפײיח געװאח צום טויט.

passage_a090142dddede74cd32a7da1
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2348-2856

אין ױנ י 1940, אין א פרײטיקצונאכט, האט די סאװיעטישע ״ענקאװעדע״ געמאכט אבלאװעס אויף אלע װױנונגען, װאו עס האבן זיך געפונען די ״ביעזשענצעם״. די אלע פליטים האט מען מיט לאסטאװטא ם אפגעפירט צום װאקזאל און זיי אנגעפאקט אין משא־װאגאנען. די מענטשן האט מען געשיקט אין די װײטע רוסישע מקומות, קיץ סיביר אץ קאמי. איך האב זיך װידער דערמאנט מיץ מאמעס טרערן אויפן װאקזאל אין לוקאװ~. נאך 6־7 טעג פארן אין די פינצטערע פארמאכטע װאגאנען, זענען מיר אנגע-

passage_19f14c7875a7cb844f0a1cf9