Original scan
Original memorial-book scan 350
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-965

די ערשטע אויסראטונג־אקציע פון די ייִדן אין לוקאװ (לויט דער גבית־עדות פון א ניצול־געײארענעם) שוין מיט א געװיסער צײט צוריק פאר דער ערשטער אקציע פון אויסראטן די ײדן אין אונדזער שטעטל לוקאװ, זענען צו אונדז דערגאנגע ן ידיעות — אײנע שרעק־ לעכע פון דער צװײטער — װעגן פארשידענע אויסראטונגם־אקציעס אין װארשע, נאװאמינםק, לובלין, לובארטאװ, כעלם און אנדערע שטעט. עס האבן זיך אנגעהויבן באװײזן בײ אונדז אין שטעטל ייִדן אנטלאפענע פון פארשידענע שטעט װאו אזעלכע אויםראטונגם־אקציעס זענען פארגעקומען. עס האבן זיך געראטעװעט צו אונדז אין שטעטל ייִדן, װאם זענען געשפרונגען פון צוג אויפן וועג קײן טרעבלינקע. זײ האבן דערצײלט אין שטעטל װעגן די שוידערלעכסטע איבערלעבונגען, די נגישות און פײניקונגען פון די היטלעריסטישע רוצחים, די אויסטערלישע פאקטן פון סאדיזם איבער פרויען, זקנים און קלײנע קינדער. דאם בלויזע הערן פון זײערע איבערלעבונגען האט געמאכט גלױוערן דאם בלוט אין די אדערן •

passage_fb7b88868bca9108021df250
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 967-2169

די שטימונג איז געווארן מיט יעדן טאג ערגער און האפענונגסלאזער. מען איז ארומגעגאנגען װי צעמישטע. עס איז פשוט פארשװונדן דער שלאף פון די אויגן. מען האט זיך געהאלטן איז אים באראטן װאם צו טאן? װי אזוי זיך צו העלפן? מענטשן זענען געלאפן צום ױדענראט, צום קהלה־פרעזעס און געהאלטן אים אים שרײען: װאם װעט זײן? פאר װאם זעט מען נישט עפעס צו טאן? פאר װאם שװײגט מען, װען דער חלף ליגט אויפן האלדז? זײ האבן געענטפערט אים זאך: מען דארף ארבעטן... מעגלעך, אז די דײטשן װעלן די ארבעטס־מענטשן פון זײערע פלאצװוקעם נישט טשעפען און די באשעפטיקטע בײ זײ ח װעלן בלײבן לעבן. עם האט זיך אנגעהויבן א געיעג אויף פלאצװוקעם. יעדע ר האט געזוכט מיט אלע מיטלען, מיט שוחד און מתנות, זיך צו פארשאפ ן װאם א בעסערן א זיכערן ארבעטם־ פלאץ בײ ח חיטשן. פאר די איבעריקע פאמיליע־מיטגלידער, פאר ח פרויען, קינדער, עלטעח, האט מען אנגעהויבן בויען ״םכראנעם״ (באהעלטענישן). מיט דער גרעסטער פארזיכטיקײט, בסוד, אז אפילו ח נאענטסטע שכנים זאלן נישט װיסן, האט מען אנגעשטרענגט געארבעט טאג און נאכט, איבערהויפט בײ נאכט, און געבויט געהײמע קעלערס, כדי זיך אויםצובאהאלטן ביז די אקציע װעט פארבײ. 346

passage_159f9f6963385ed10ca31e03