Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 350
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-965

די ערשטע אויםראטונג־אקציע פון די ײדן אין לוקאװ (לויט דער גבית־עדות פוןא ניצול־געײארענעם) שוין מיטא געװיםער צײט צוריק פאר דער ערשטער אקציע פון אויםראטן די ײדן אין אונדזער שטעטל לוקאװ, זענען צו אונדז דערגאנגען ידיעות— אײנע שרעק־ לעכעד םון דער צװײטער— װעגן פארשידענע אויםראטונגם־אקציעם אין װארשע, נאװאמינםק, לובלין, לובארטאװ, כעלם און אנדערע שטעט. עם האבן זיך אנגעהויבן באװײזן בײ אונדז אין שטעטל ײדן אנטלאפענע פון פארשידענע שטעט וװ אזעלכע אויםראטונגם־אקציעם זענען פארגעקומען. עם האבן זיך געראטעװעט צו אונדז אין שטעטל ײדן, װאם זענען געשפרונגען פון צוגן אויפן װעג קײן טרעבלינקע. זײ האבן דערצײלט אין שטעטל װעגן די שוידערלעכםטע איבערלעבונגען, די נגישות און פײניקונגען פון די היטלעריםטישע רוצחים, די אויםטערלישע פאקטן פון םאדיזם איבער פרויען, זקנים און קלײנע קינדער. דאם בלויזע הערן פון זײערע איבערלעבונגען האט געמאכט גלױוערן דאם בלוט אין די אדערן•

passage_fb7b88868bca9108021df250
Passage 2normalized OCR · source chars 967-2169

די שטימונג איז געװארן מיט יעדן טאג ערגער און האפענונגםלאזער. מען איז ארומגעגאנגען װי צעמישטע. עם איז פשיט פארשװ נדן דער שלאף פון די אויגן. מען האט זיך געהאלטן איז אימ באראטן װאם צו טאן? װי אזוי זיך צו העלפן? מענטשן זענען געלאפן צום ױדענראט, צום קהלה־פרעזעם און געהאלטן איו אימ שרײען: װאם װעט זײן? פאר װאם זעט מען נישט עפעם צו טאן? פאר װאם שװײגט מען׳ װען דער חלף ליגט אויפן האלדז? זײ האבן געענטפערט אימ זאך: מען דארף ארבעטן... מעגלעך׳ אז די דײטשן װעלן די ארבעטם־מענטשן פון זײערע פלאצװוקעם נישט טשעפען און די באשעפטיקטע בײ זײ ײח װעלן בלײבן לעבן. עם האט זיך אנגעהויבןא געיעג אויף פלאצװוקעם. יעדער האט געזוכט מיט אלע מיטלען׳ מיט שוחד און מתנות׳ זיך צו פארשאפן װאםא בעםערןא זיכערן ארבעטם־ פלאץ בײח חיטשן. פאר די איבעריקע פאמיליע־מיטגלידער׳ פארח פרויען׳ קינדער׳ עלטעח, האט מען אנגעהויבן בויען ״םכראנעם״ (באהעלטענישן). מיט דער גרעםטער פארזיכטיקײט, בםוד, אז אפילוח נאענטםטע שכנים זאלן נישט װיםן, האט מען אנגעשטרענגט געארבעט טאג און נאכט׳ איבערהויפט בײ נאכט׳ און געבויט געהײמע קעלערם׳ כדי זיך אויםצובאהאלטן ביז די אקציע װעט פארבײ. 346

passage_159f9f6963385ed10ca31e03