Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 354
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1080

350 סםר לוקאװ סאר נאכט זענען אלע אװעק אין שיל און אין בית־המדרש. די מענער מיט די ןזליתים אויף די אקםלעו אמ די פ.מיען מיט וױיםע שאלן געהילט די קעפ. מען האט געטראגן מיט זיך די לעצטע ליכט אנצוציגדן פאר די אומגעקומענע נשמות, און יעדער האט געטראכט בײ זיך, אז ער גײט דעם לעצטן װעג און נאד זימ נשמה װעט שוין קײנער קיץ ליכט נישט שטעלן. אזױ זענען אלע, ױגגע און אלטע׳ קינד און קײט, געגאנגען אין שיל. די שיל און דאם בית־מדרש זענען געװען פול געפאקט׳ קימ פום האט מען שוין נישט געקאנט ארײנשטעלן. טויזגטער זענען פארבליבן אויפן הויף. אין שיל איז מען געשטאנען ענג צונויפגעפרעםט אײנער צום צוױיטן, שטיל, װי אויףא בית־הקברות. די פענצטער זענען געװען פארמאכט און פארהאנגען. די דושנעקײט איז געװען שדעקלעך. די העמדער האבן זיך צוגעקלעפט צו די לײבער און פון די פנימער איז גערונען דער שװײם מיט די טרערן אויםגעמישט. מען איז געװען שרעקלעך פארמאטערט און צעבראכן, אבער װער האט דאס געפילט7 ענדלעך האט מען דערהערט דאם דינע, שנײדנדיקע קול פון ״כל נדרי״.

passage_04c662466a4cceb7eccb1639
Passage 2normalized OCR · source chars 1082-2159

די הערצער זענען געװען װי פארשטײנערט אמ די אויגן פארבלענדט פון די טרערן, װאם גיםן זיך װי פון קװאלן. מיט ציטערניש הערט מען זיך איץ אין דעם געזאנג פון די אמאליקע שפאנישע ײדן, װאם זענען געגאנגען בעת דער אינקװיזיציע אויף קיתש־השם. נישט װילנדיק װערט מען מיטגעריםן מיט דעם געזאנג׳ אמ פון די טיפענישן פון הארץ פראלט ארוים דער ניגון פון כל־נדרי. אין אנהײב װערט דער ניגון געזונגען שטיל, מיט פחד, די גאם זאל נישט דערהערן. אבער ביםלעכװײז פארשװינדט די מורא אמ דער ניגון פראלט ארויס העכער, שטארקער. צום סוף װערט דאם געשרײ אזוי שטארק, אז עם דוכט זיך, אז די װערטער ״תשובה ותפילה וצדקה מעבירין את רוע הגזירה״ װעלן אײנלײגן די װעלט, דאם דאװענען דויערט ביז שפעט אין דער נאכט. קײנער רעכנט זיך נישט דערמיט׳ װאס מען מעג נאר גײן אין גאם ביז זעקסא זײגער, אז פאר אהײמגיץ שפעטער קאן מען דערשאםן װערן. אלע פילן אינםטינקטיװ, אז דער טויט איז אומפארמײדלעך. די אקציע הייבט זיך >ןן דאם איז געװען אין יאר 1942, דעם לעצטן טאג םוכות. דאם איז געװעןא ױם־

passage_dc495f96d707bea8e724ec9b
Passage 3normalized OCR · source chars 2161-2660

טוב פון שרעק מיט האפענונג אויסגעמישט צוזאמען. דער טאג פון שמחת־תורה איז פארבײ איןא גוטער שטימונג, מען איז געגאנגען צו גאםט אײנער צום צװײטן, מען האט געטרונקען צו ביסלעך׳ געוװנטשן זיך און זיךא ביסל געמאכט פארגעסן אין דער גרויסער געפאר. פרומע ײדן האבן זיך פאתאמלט אין פארמאכטע שטיבלעך אמ געפראװעט הקפות׳ געזועען׳ געטאנצט אמ געפרײט זיך מיטן סױם־התורה, פול מיט האפענונג האט מען זיך נאך דעם טאג׳ װען אלץ איז אריבער בשלום׳ געלײגט שלאפן.

passage_c003e64bbafcc3e9b8254f9e