350 ספר לוקא װ סאר נאכט זענען אלע אװעק אין שיל און אין בית־המדרש. די מענער מיט די ןזליתים אויף די אקסלעו א מ ד י פ.מיען מיט װױיםע שאלן געהילט די קעפ. מען האט געטראגן מיט זיך די לעצטע ליכט אנצוציגן פאר די אומגעקומענע נשמות, און יעדער האט געטראכט ביי זיך, אז ער גייט דעם לעצטן װעג און נאד זימ נשמה װעט שוין קײנער קיץ ליכט נישט שטעלן. אזױ זענען אלע, ױגגע און אלטע׳ קינד און קײט, געגאנגן אין שיל. די שי ל און דאם בית־מדרש זענען געװען פול געפאקט׳ קימ פום האט מען שוין נישט געקאנ ט ארײנשטעלן. טויזגטער זענען פארבליבן אויפן הויף. אין שיל איז מען געשטאנען ענג צונויפגעפרעםט איינער צום צוױיטן, שטיל, װי אויף א בית־הקברות. די פענצטער זענען געװען פארמאכט און פארהאנגען. די דושנעקײט איז געװען שדעקלעך. די העמדער האבן זיך צוגעקלעפט צו די לײבער און פון די פנימער איז גערונען דער שװײם מיט די טרערן אויסגעמישט. מען איז געװען שרעקלעך פארמאַטערט און צעבראכן, אבער װער האט דאס געפילט 7 ענדלעך האט מען דערהערט דאם דינע, שנײדנדיקע קול פון ״כל נדרי״.
די הערצער זענען געװען װי פארשטײנערט און די אויגן פארבלענדט פון די טרערן, װאם גיסן זיך װי פון קװאלן. מיט ציטערניש הערט מען זיך אײַץ אין דעם געזאנג פון די אמאליקע שפאנישע ײדן, װאם זענען געגאנגען בעת דער אינקװיזיציע אויף קידוש־השם. נישט װילנדיק ווערט מען מיטגעריסן מיט דעם געזאנג, און פון די טיפענישן פון הארץ פראלט ארוים דער ניגון פון כל־נדרי. אין אנהײב ווערט דער ניגון געזונגען שטיל, מיט פחד, די גאס זאל נישט דערהערן. אבער ביסלעכװײז פארשװינדט די מורא און דער ניגון פראלט ארויס העכער, שטארקער. צום סוף ווערט דאם געשרײ אזוי שטארק, אז עס דוכט זיך, אז די װערטער ״תשובה ותפילה וצדקה מעבירין את רוע הגזירה״ װעלן אײנלײגן די װעלט, דאם דאװענען דויערט ביז שפעט אין דער נאכט. קײנער רעכנט זיך נישט דערמיט׳ װאס מען מעג נאר גיין אין גאס ביז זעקס אזײגער, אז פאר אהײמגיץ שפעטע ר קאן מען דערשאםן װערן. אל ע פילן אינסטינקטיװ, אז דער טויט איז אומפארמײדלעך . די אקציע הייבט זיך אן דאם איז געװען אין יאר 1942, דעם לעצטן טאג סוכות. דאם איז געװען א יום־
טוב פון שרעק מיט האפענונג אויסגעמישט צוזאמען . דער טאג פון שמחת־תורה איז פארבײ אין א גוטער שטימונג , מען איז געגאנגען צו גאסט אײנער צום צװײטן , מען האט געטרונקען צו ביסלעך ׳ געװונטשן זיך און זיך א ביסל געמאכט פארגעסן אין דער גרויסער געפאר . פרומע ײדן האבן זיך פאתאמל ט אין פארמאכטע שטיבלעך א מ געפראװעט הקפות ׳ געזועען ׳ געטאנצט א מ געפרײט זיך מיטן סױם־התורה , פול מיט האפענונג האט מען זיך נאך דעם טאג ׳ װען אלץ איז אריבער בשלום ׳ געלײגט שלאפן .