םסר לוקא װ 353 דינען אין דער ײדישער פאליצײ, װערן אויסגעטײלט באזונדער. צום םו ף מערט צוגערומען דער פרעזעם. דער אבערשטורמפירער װענדט זיך צו אים ז ״דו׳ אבערהונט! װו ד״אםטו דײנע ױת פערשטעקט זין לוקאװ זענען דא 12 טויזנט ײדן און אױף דעם פלאץ געפינען זיך נאר 8 טויזנט... זאג, װו זענען די איבע • דיקע אװעק דער פרעזעם שװײגט. מען שלאגט אים און מען קאפע טאים מיט די פים. מען רופט צו דעם צװײטן ױדענראט־מיטגליד, ליבערמאן, און מען באפעלט אים, אז ער זאל צװײסן טאן ת ײדן, אז זײ װערן איבערגעשיקט אין א צװײטער קאלאניע און זי ימ חן באצאלן פאר די רײזע־הוצאות. ליבערמאן גייט גלײך ארײן צװישן די ײדן און זאמלט צונויף א םומע פון איבער 600 טויזנט מארק. אין דער זעלבער צײט װערט צוגערופן צום לעצטן מאל דער פרעזעם • דער אבער־ שטורמפירער, לאנגער, מעלדע ט אים: ״מײנע באפעלן האםטו אויסגעפירט פינקטלעך... דו ביסט א פײנער יודע... דו װערםט דער ערשטער דערשאםן״. א קױל צערײמט זײן שארבן און דער פרעזעם לענדע ד פאלט.
אין דעם זעלביקן מאמענט קומט צו ליבערמאן. ער צערייםט דאם געזאמלטע געלט דעם אבערשטורמפירער אין די אויגן און װארפט עס אים אין פנים, שרײענדיק, ״אט האסטו פאר אונדזער רײזע, דו בלוטיקער טידאן!״ ער פאלט צו מיט דער גאנצער ענערגיע און פאטשט דעם אבערשטורמפירער, װעלכער קארטשט זיך פאר װײטיק. פון הינטן לויפט אבער אן אוקראלנער און גיט ליבערמאן מיט דער ביקסן־קאלבע איבעת קאפ. ליבערמאן פאלט אנידער. דער אבערשטורמפירער נוצט אויך די געלעגנהײט און דערשיםט ליבערמאנען מיט צװײ קוילן. דערנאך קאפעטער זיצט טויטן קערפער מיט די פים. גלײך נאכן דעם װעח אויך דערשאסן די איבעריקע מיטגלידער פונעם ױדענראט. װעלנדיק זיך נוקם זיין נאכן פיזישן באלײדיקונג פון זײער אבערשטורמפירער, האבן די דייטשישע באנדיטן זיך װידער גענומען צו די ױנגע פרויען. זיי שלעפן זיי ארוים פונעם מאסן און צװינגען זיי צו די העםלעכסטע געמײנקײטן. ״שיינע פרויען מוזן בלייבן לעבן!״ — שרײען זיי, אבער אין דער זעלביקער צײט דערשיסן זיי די פרוי בורשטין מיט איר טאכטער און נאך אנדערע פרויען, װאם שטעלן א װידערשטאנד. צום סוף קומט א באפעל — ״פיזיש געזונט מענער, װאם װילן ארבעטן, ביטע ארויםטרעטן!״ עס גײען עטלעכע הונדערט מענער. ״איר װעט ארבעטן און איר װעט בלייבן לעבעדיק — זאגט צו זיי דער אבערשטורמפירער — ״מער קומט די שװײנערײ נישט פאר״״.