Original scan
Original memorial-book scan 366
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1048

362 םסר לוקאװ און די אנדערע זשאנדארן זענען אנטלאפן צוזאמען מיט די גראנאט־פאליציאנטן. אין יענער נאכט האט מען געבראכט אהיןא טראנםפארט יידן, האבן די אדאמאווער יידן אפגעשטעלט דעם טראנםפארט און די יידן פװ טראנםפארט זענען זיך צעלאפן פון די װאגאנען אין די אתמיקע װעלדער• די דײטשן פירן איצט דורך אן אבלאװע אויף די דאזיקע אנטלאפענע ײת. בעת דער אבלאװע זענען שוין אומגעקומען25 ײדן• מיר איז באוװםט, אז ביזן 4טן גאװעמבער זענען די נאך נישט געװען באגראבן. אט װעגן װאם און װי אזוי עם רעדט איצטא פויער אין בורקע! ״מ׳האט מיך באפוילן איבערפירן דעם ײד קיץ לוקאװ. טראכט איך זיך, אז װען כ׳װעל ארײנפאח אין װאלד ארײן, װעט דער כיטראק אנטלויפן. איך האבא שטארכע געגעבן דעם פורמאן און ער איז נישט געװען קיץ נארן ער האט פארשטאנען װעגן װאם דא גײט. ער האט גענומען די לײצעם. ער האט געמאכטא פעטליע און זי ארויפגע־ װארפן אויפן יידם האלדז, דעם צװײטן עק האט ער זיך צוגעבונדן צום פום, און אזוי האבן מיר אים געבראכט קײן לוקאװ•■.

passage_5ccd3694288b5d9971a4e46a
Passage 2normalized OCR · source chars 1050-1909

אין בורקע האב איך גענעכטיקט אינעם הויז פונעם פארזיצער פון אויפזיכט־ראט איבערן קאאפעראטױו. אין מיטן נאכט האט מען אים אויפגעװעקט און צוזאמען מיט דער דארפישער װאך זענען זײ געגאנגען ארומרינגלען דעם גארטן פוןא פויער, װעמען מ׳האט חושד געװען, אז ער באהאלט אויםא ײד. צום גליק האט מען דארט קײנעם נישט געפונען. אין אקזשעפ זענען געקומען בלויז עטלעכע זשאנדארן און אוקראןנער, װען מ׳האט פון דארט ארויםגעפירט די ײח. די ״העלח״ זענען געװען די ארטיקע פאליאקן. מען האט ארויםגעטריבן די ײח אויפן מארק, קעגנאיבער דעם קאשטשאל. מען האט די געהײםן טאנצן און זינגען ״האלעלױא״. דערנאך האט מען זײ באפוילן זיך אויםטאן, אװעקלײגן זיך און ״אויםגלײכן די קעפ״. מען האט דאן דערשאםן90 פערזאן. אײנע פון די מאמעם האט נאכן טויט פון איר קינד נאך אלץ געדריקט דאם נפשל צו אײ־ ברוםט.

passage_ad49fadac5823926d14230e3
Passage 3normalized OCR · source chars 1911-2689

פון פריערדיקן טראנםפארט פון ראדזינער צוג איז ארויםגעשפרונגעןא ײדישע פרוי. זי איז אװעק אין דארף ארײן. קײנער האט איר נישט געװאלט געבן עפעם צו עםן, קײנער האט זי נישט אריבערגעלאזן איבער דער שװעל.א הונגעריקע און אוים־ געפרײרענע האט זי באשלאםן זיך אומציקעח אין לוקאװער געטא. גראד איז אנגעפארן א פור. מיט די לעצטע כוחות האט די ײדישע פרוי זיך ארויפגעכאפט אויף דער פור װען דער פויער איז ארויםגעפארן פון װאלד, האט ער מיט דער בײטש אראפגעיאגט די פרוי פון דער םור. ״די ײדישקע שטופט זיך צו מיץ פוד. װאם האב איך געקענט טאןז כ׳האב זי פארטריבן״. אזוי האט דערצײלט דער אנפירער פון קאאפעראטיװ. לוקאװ, 16טער נאװעמבטר. אין קאנקאלעװניצע האב איך זיך דערװוםט, אז פאר יידן װאם מען שטעלט צו—

passage_5ac730ac5e967a373e78586d